(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //video.forward.com/video/Eat-In-Good-Health-The-Real-G-2;150615051496-149015061494149315)
ווי אַזוי לשונות לײַען ווערטער איינס פֿון ס’אַנדערע איז זייער אַ ברייטע טעמע. און אַז מע נעמט שוין פֿון דער פֿרעמד, בײַט זיך אָפֿט דאָס וואָרט. אָט האָט מען אין עבֿרית אַרײַנגענומען פֿון ענגליש ס’וואָרט brakes ‘טאָרמאַזן’, איז עס געוואָרן לשון־יחיד: „ברקס“ (אַרויסגערעדט /ברעקס/), מיטן רבים „ברקסים“. פֿון קוקווינקל פֿון ענגליש איז עס אַן אַבסורד; אויף עבֿרית, אָבער — אין גאַנצן קאָרעקט. ענגליש, ווידער, האָט פֿון פּויליש איבערגענומען דעם רבים pierogi ‘פּיראָגן’, איז עס אויך געוואָרן לשון־יחיד, הערט מען ס’רובֿ pierogis, אַ נײַער רבים. נאָך אַ מאָל: אויף פּויליש — אַן אַבסורד, אויף ענגליש — קאָרעקט.
און די טויזנטער ווערטער, וואָס ענגליש האָט איבערגענומען פֿון פֿראַנצייזיש פֿונעם 11טן י”ה אָן? ווידער די אייגענע מעשׂה. די אַלע ווערבן פֿונעם טיפּ perish, banish, famish, publish אד”גל האָבן אינעם אָריגינאַל נישט קיין sh, אָבער אויף ענגליש — יאָ. איז עס אַ גרײַז? אַוודאי נישט. ס’אַ רעזולטאַט פֿון אַ נאַטירלעכן פּראָצעס.
נאָר ס’געדויערט אָפֿט מאָל אַ לענגערע צײַט, ביז דער דאָזיקער פּראָצעס לויפֿט אָפּ, און בינו־לבינו קענען אַזעלכע „גרײַזן“ אַרויסרופֿן אַ שמייכל. אָט איז פֿאַראַן אַ פֿראַנצייזישער אויסדרוק וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אין דער מאָדערנער צײַט — coup de grâce, טײַטש אַן ערך ‘טויטקלאַפּ’. אַ צרה נאָר, וואָס אויספֿײַנען זיך מיט פֿראַנצייזיש פּרוּוון אַ סך נישט־קענערס. אַזוינע רעדן אַרויס ס’לעצטע וואָרט נישט /גראַס/ ‘חן, גראַציעזקייט’, נאָר /גראַ/ ‘פֿעטס’! וואָלט מען זיי געדאַרפֿט דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל: „אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן עם־האָרץ, לייגט ער אים אַ לשון־קודש־וואָרט אין מויל אַרײַן“. צוריק גערעדט: ווער ווייסט, אין אַ דור אַרום וועט עס אפֿשר שוין ווערן אויס גרײַז?
הײַנט די ווערטער וואָס קומען אַרײַן אין ענגליש פֿון מאַמע־לשון: זיי בײַטן זיך פֿאָנעטיש און נאָך מער — סעמאַנטיש. אויף ייִדיש איז אַ „קלאָץ“ בדרך־כּלל אַ שטיק האָלץ, בשעת אויף ענגליש — אַ ליימענער גולם. אויף ייִדיש איז אֵ „קוועטש“ דאָס געבן אַ דריק מיט אַ פֿינגער, בשעת אויף ענגליש — אַ מענטש וואָס הערט נישט אויף זיך צו באַקלאָגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.