האָט איר אַ מאָל געגעסן „געפֿילטע“?

Have You Ever Tried “Gefilte”?


פֿון הערשל גלעזער

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //video.forward.com/video/Eat-In-Good-Health-The-Real-G-2;150615051496-149015061494149315)

ווי אַזוי לשונות לײַען ווערטער איינס פֿון ס’אַנדערע איז זייער אַ ברייטע טעמע. און אַז מע נעמט שוין פֿון דער פֿרעמד, בײַט זיך אָפֿט דאָס וואָרט. אָט האָט מען אין עבֿרית אַרײַנגענומען פֿון ענגליש ס’וואָרט brakes ‘טאָרמאַזן’, איז עס געוואָרן לשון־יחיד: „ברקס“ (אַרויסגערעדט /ברעקס/), מיטן רבים „ברקסים“. פֿון קוקווינקל פֿון ענגליש איז עס אַן אַבסורד; אויף עבֿרית, אָבער — אין גאַנצן קאָרעקט. ענגליש, ווידער, האָט פֿון פּויליש איבערגענומען דעם רבים pierogi ‘פּיראָגן’, איז עס אויך געוואָרן לשון־יחיד, הערט מען ס’רובֿ pierogis, אַ נײַער רבים. נאָך אַ מאָל: אויף פּויליש — אַן אַבסורד, אויף ענגליש — קאָרעקט.

און די טויזנטער ווערטער, וואָס ענגליש האָט איבערגענומען פֿון פֿראַנצייזיש פֿונעם 11טן י”ה אָן? ווידער די אייגענע מעשׂה. די אַלע ווערבן פֿונעם טיפּ perish, banish, famish, publish אד”גל האָבן אינעם אָריגינאַל נישט קיין sh, אָבער אויף ענגליש — יאָ. איז עס אַ גרײַז? אַוודאי נישט. ס’אַ רעזולטאַט פֿון אַ נאַטירלעכן פּראָצעס.

נאָר ס’געדויערט אָפֿט מאָל אַ לענגערע צײַט, ביז דער דאָזיקער פּראָצעס לויפֿט אָפּ, און בינו־לבינו קענען אַזעלכע „גרײַזן“ אַרויסרופֿן אַ שמייכל. אָט איז פֿאַראַן אַ פֿראַנצייזישער אויסדרוק וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אין דער מאָדערנער צײַט — coup de grâce, טײַטש אַן ערך ‘טויטקלאַפּ’. אַ צרה נאָר, וואָס אויספֿײַנען זיך מיט פֿראַנצייזיש פּרוּוון אַ סך נישט־קענערס. אַזוינע רעדן אַרויס ס’לעצטע וואָרט נישט /גראַס/ ‘חן, גראַציעזקייט’, נאָר /גראַ/ ‘פֿעטס’! וואָלט מען זיי געדאַרפֿט דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל: „אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן עם־האָרץ, לייגט ער אים אַ לשון־קודש־וואָרט אין מויל אַרײַן“. צוריק גערעדט: ווער ווייסט, אין אַ דור אַרום וועט עס אפֿשר שוין ווערן אויס גרײַז?

הײַנט די ווערטער וואָס קומען אַרײַן אין ענגליש פֿון מאַמע־לשון: זיי בײַטן זיך פֿאָנעטיש און נאָך מער — סעמאַנטיש. אויף ייִדיש איז אַ „קלאָץ“ בדרך־כּלל אַ שטיק האָלץ, בשעת אויף ענגליש — אַ ליימענער גולם. אויף ייִדיש איז אֵ „קוועטש“ דאָס געבן אַ דריק מיט אַ פֿינגער, בשעת אויף ענגליש — אַ מענטש וואָס הערט נישט אויף זיך צו באַקלאָגן.

און „געפֿילטע“? אַ מאָל האָבן ייִדיש־רעדערס געוווּסט פֿון „געפֿילטע פֿיש“, „געפֿילטע קישקע“, „געפֿילט העלדזל“. אויף ענגליש וואָלט מען אויף „געפֿילט העלדזל“ געזאָגט stuffed neck, כאָטש כ’קען זיך נישט דערמאָנען, כ’זאָל עס האָבן אַ מאָל געהערט; אויף „געפֿילטע קישקע“, ווידער, איז אויפֿגעקומען אַ מאָדנע געמישטע פֿראַזע, stuffed derma. פֿרעג איך אײַך: וואָס זשע איז derma? אויב איר זענט אַ בר־דעת, וועט איר אַוודאי ענטפֿערן, אַז ס’איז טײַטש ‘הויט’, אַזוי ווי ס’ענגלישע epidermis, און אַזוי וואָלט איך אויך געענטפֿערט איידער כ’האָב זיך דערטראַכט צום אמת: ס’איז ס’דײַטשישע Därme — ‘קישקעס, געדערעם’ איבערגעשריבן אויף ענגליש. סטײַטש?! אפֿשר האָט מען מורא געהאַט, אַז stuffed intestines וועט בײַם ענגליש־שפּראַכיקן עולם אַרויסרופֿן אַ דערווידער; אָדער אפֿשר האָט מען בשעתּו געהאַלטן, אַז דײַטשמעריש איז שענער? אַזוי צי אַזוי, ווי האָט זיך מ. שעכטער אַ מאָל געוויצלט: Cherchez la femme — מאַכט רשי, דאָ איז שולדיק דײַטשמעריש…

אַחרון אַחרון: געפֿילטע פֿיש. „פֿיש“ האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרן „ענגלענדער“ נישט געדאַרפֿט איבערזעצן: אַזוי זאָגט מען סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויך ענגליש, סײַ אויף דײַטשיש. דאָ מוז איך אײַך, אָבער, דערציילן אַ מעשׂה פֿון איינעם וואָס האָט אַזאַ גרינג וואָרט נישט געקענט: דער פֿילם־קריטיקער דזשאָעל סיגעל (Joel Siegel) ע”ה. איין מאָל כאַפּט ער זיך אַרײַן צו מיר אין ייִוואָ מיט אַ צאָל ייִדיש־קשיות, און בשעתן שמועס דערציילט ער מיר, אַז ער קען מאַמע־לשון, אָבער שוואַכלעך. איז אים איין מאָל אויסגעקומען צו פֿאָרן קיין ישׂראל צו זײַנס אַ מומע, דאַכט זיך, און ווײַל ער האָט נישט געקענט קיין עבֿרית און זי — נישט קיין ענגליש, האָבן זיי זיך געמוזט צונויפֿרעדן אויף ייִדיש. האָט ער איר געוואָלט זאָגן, אַז ער וויל עסן אַ מאכל פֿון פֿיש, נאָר ער ווייסט נישט דערויף ס’ייִדישע וואָרט. ער געדענקט יאָ, אַז זײַן באָבע פֿלעג טאַקע זאָגן „פֿיש“, נאָר זי פֿלעג אַרײַנמישן אַזוי פֿיל ענגלישע ווערטער, אַז ער איז געווען זיכער, אַז דאָ ניצט זי אויך ס’ענגלישע וואָרט. בלית־ברירה הייבט ער אָן נאָכצומאַכן אַ פֿיש: ער מאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער שווימט מיט אַן אָפֿענעם פּיסק. מיט אַ מאָל גיט זיך די מומע אַ כאַפּ: אַ, דו מיינסט „פֿיש“! ערשט דעמאָלט האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז ס’ייִדישע וואָרט אויך.

איז פֿאַר וואָס זשע זאָגט מען פֿאָרט נישט stuffed fish, נאָר gefilte fish? אפֿשר ווײַל מע האָט ס’וואָרט „פֿיש“ נישט איבערגעזעצט, האָט מען אויך „געפֿילטע“ נישט איבערגעזעצט? אָדער אפֿשר ווײַל די אמתדיקע געפֿילטע פֿיש, וווּ מע פֿילט צוריק אָן די הויט פֿון די פֿיש מיט זייער געקאָכטן פֿלייש, עסט מען נישט אין אַמעריקע? דאָ איז עס פּראָסט־פּשוט אומבאַקאַנט. (מיר איז עס אויסגעקומען צו עסן בלויז אין פּוילן.) איז אַזוי ווי געפֿילטע פֿיש זענען אין דער אמתן נישט קיין געפֿילטע, איז דער טערמין געבליבן אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון. הײַנט זעט מען שוין אַ ווײַטערדיקן שטאַפּל: אַ ניו־יאָרקער פֿירמע וואָס פֿאַרקויפֿט געבאַקענע געפֿילטע פֿיש, נישט קיין געקאָכטע, רופֿט דעם פּראָדוקט בלויז gefilte. ווײַזט אויס, אַז דעם הײַנטיקן עולם גייט נישט אָן צי זיי עסן פֿיש צי עפּעס אַנדערש.

און מײַן באָבעס געפֿילטע פֿיש? נאָך אַזוי פֿיל יאָרן ליגט מיר נאָך אַלץ דער טעם אין מויל…