איבערגעשטײַערטע אַמעריקע

Overtaxed America

אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן אין שיקאַגע, דעם 5טן דעצעמבער, טענהט, אַז דער טויט פֿון שוואַרצע מענער מצד ווײַסע פּאָליציאַנטן סײַ אין פֿערגוסאָן, סײַ אין ניו־יאָרק, איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָליציי פֿירט זיך אויף מער ברוטאַל מיט שוואַרצע ווי מיט ווײַסע
Getty Images
אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן אין שיקאַגע, דעם 5טן דעצעמבער, טענהט, אַז דער טויט פֿון שוואַרצע מענער מצד ווײַסע פּאָליציאַנטן סײַ אין פֿערגוסאָן, סײַ אין ניו־יאָרק, איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָליציי פֿירט זיך אויף מער ברוטאַל מיט שוואַרצע ווי מיט ווײַסע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ס’איז דאָ אַ סימן, וואָס פֿאַראייניקט די לײַט, וועלכע קויפֿן געווער, מיט די לײַט, וועלכע זײַנען די טעג אַרויס אויף די גאַסן פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער שטעט (איך מיין דאָ נאָרמאַלע לײַט, ניט די פּאָגראָמשטשיקעס). ביידע גרופּעס פֿאַרלאָזן זיך ניט אויף דער מלוכה — בפֿרט אויף די פּאָליציאַנטן, וועלכע דאַרפֿן פֿאַרטיידיקן אי די מלוכה, אי אירע בירגער. אָבער ס’איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן די מיינונג, אַז אויף די פּאָליציאַנטן זענען ניט קיין פֿרײַנדלעכער כּוח אין לאַנד. איך האָב ניט געזען, וואָס עס ווײַזן די גאָר פֿרישע אויספֿרעגן, נאָר אין אויגוסט האָבן אַ פֿערטל שוואַרצע אַמעריקאַנער זיך ניט פֿאַרלאָזט אויף דער פּאָליציי. צווישן די ווײַסע איז דער חלק אַזעלכע סקעפּטיקער קלענער מיט אַ העלפֿט.

די אַמעריקאַנער מלוכה־מאַשין איז משוגע מיט שטײַערן. אין ענגלאַנד, וווּ איך וווין בערך אַ העלפֿט פֿון אַ יאָר, מוז איך איין מאָל אין אַ פּורים אָנווײַזן מײַן קאָד, וואָס אידענטיפֿיצירט מיך ווי אַ שטײַערן־צאָלער, און יעדעס מאָל זוך איך עס, ווײַל דער דאָזיקער קאָד שטעקט ניט אין מײַן זכּרון. אין אַמעריקע מוז איך עס טאָן זייער אָפֿט. וועקט מיך אויף טיף בײַ נאַכט, און איך וועל אײַך גלײַך אָנרופֿן די נײַן ציפֿערן פֿון מײַן אידענטיפֿיקאַציע. גלײַצײַטיק, באַקום איך פֿון דער בריטישער מלוכה מער ווי איך באַקום אין אַמעריקע. קודם־כּל, צאָל איך ניט פֿאַר יעדן וויזיט צו אַ דאָקטער, און די רפֿואות קאָסטן מיר אויך גאָרנישט.

איך דערמאָן די שטײַערן אָט אַקעגן וואָס: איך האָב דערווײַל ניט דערזען קיין קלאָרן באַווײַז (ווי דאָס האָט דערזען אַל שאַרפּטאָן און אַ סך אַנדערע), אַז עריק גאַרנער איז באמת געפֿאַלן ווי אַ קרבן פֿון ראַסיזם. עס איז פּשוט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג (צי אַ סטערעאָטיפּ?), אַז אַ ווײַסער פּאָליציאַנט מוז זײַן אַ ראַסיסט. און דער דאָזיקער גלויבן איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער אַ טרויעריקע דערשײַנונג. אָבער וואָס איז זיכער קלאָר, אַז דער שטײַערן־ענין האָט געשפּילט זייער אַ גרויסע ראָלע אין דעם טראַגישן גורל פֿון עריק גאַרנער. מע האָט אים דאָך געפּרוּווט אַרעסטירן און דערבײַ אים (אַ פּנים ניט־ווילנדיק) דערשטיקט, פֿאַר פֿאַרקויפֿן געשמוגלטע, ניט־געשטײַערטע סיגאַרעטן.

מיר ווייסן ניט, צי די פּאָליציאַנטן, וואָס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף עריק גאַרנערן, זײַנען געווען ראַסיסטן. אָבער מיר האָבן געזען, אַז זיי זײַנען געווען גרייט זיך אויפֿצופֿירן מיטן סיגאַרעטן־הענדלער גלײַך ווי ער וואָלט באַגאַנגען אַ געפֿערלעכן פֿאַרברעכן. אַזאַ באַציִונג קען אויפֿגענומען ווערן ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם ווי אַזוי די מלוכה באַציט זיך צו אירע בירגער. און דאָס איז אַ טרויעריקער סך־הכּל. דאָס מיינט, אַז אין געוויסע הינזיכטן איז די אַמעריקאַנער מלוכה אַרויס פֿון די ווינדלעך און האָט זיך אויסגעלערנט צו גיין, אָבער מוז זיך נאָך לערנען ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן אין אַ לײַטישער געזעלשאַפֿט. מע וועט זיך, מירטשעם, אויסלערנען.