בעת זײַן רעדע פֿאַרן „דזשענעראַל אַסעמבלי‟ דעם 27סטן נאָוועמבער, האָט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסדאַדאָר רן פּרוסאור גענומען טאַדלען, באַשולדיקן און אויפֿווײַזן שוואַרץ־אויף־ווײַס, אַז די חבֿרה פֿונעם „דזשענעראַל אַסעמבלי‟ — אפֿשר נישט אַרײַנגערעכנט דעם גענעראַל־סעקרעטאַר באַן־קי־מון — זיצט מיט פֿאַרלייגטע הענט, אײַנגעוויקלט אין זייער פּליושענעם ייִדן־האַס, און דאָס אַלץ בשעת דער מיטעלער מזרח שעכט זיך אויס איינס ס’אַנדערע. מיליאָנען פּליטים באַלאַגערן לבֿנון, יאָרדאַניע און טערקײַ, זייערע אייגענע ברידער ווערן טעגלעך געשאָכטן, פֿאַרסמט, גייען אויס פֿאַר הונגער, פֿון עפּידעמיעס, נויט און קעלט.
אָבער דאָס אַלץ איז ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי ווען עס קומט צו זייער גלײַכגילטיקייט צו אייגענע, דער עיקר שולדיק אין דעם אַלעם איז… ישׂראל. די פֿײַנטשאַפֿט צו ייִדן שטאַמט נאָך פֿון פּרעהס צײַטן.
און מיר ייִדן? וואָסי, מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן מיט וועמען מיר האָבן דאָ צו טאָן? ס’איז דער זעלבער גוי, נאָר אַנדערש געשלײַערט. זיי האָבן אונדז געהאַסט אויף פֿאַרשיידענע לשונות, אין פֿאַרשיידענע לענדער און אויף אַלע קאָנטינענטן. אפֿשר קענט איר מיר אויפֿשטאָפּן דעם קאָפּ, ווען איז די וועלט געווען אַ מענטשלעכע וועלט? די וועלט־געשיכטע האָט אַ קורצן זכּרון. שוין פֿאַרגעסן די גירושים, וואָרמס, מײַנץ און שפּײַער, די קרײצצוגן, די אַקטיווע שׂינאה צו אונדז דורך די דורות, די שײַטערהויפֿן, די אינקוויזיציעס, דעם צוואַנג צום שמד, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזערע קדושים וואָס זײַנען ערשט נישט לאַנג אומגעקומען אינעם חורבן…
מיר ייִדן זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער פֿרעמד אין אַ וועלט פֿון אַ באַרבאַרישער שׂינאה צו אונדז. דער ווילן צו הויזן צוזאַמען מיטן גוי פֿון דער וועלט, צו טיילן זיך מיטן זעלבן הימל, האָט נישט געסטײַעט. מיר האָבן זיך גענוג אָנגעליטן אונטערן פֿאַרריסענעם אײַזערנעם צלם מיט די זונטיקדיקע דרשות פֿון די גלחים און איצט זײַנען מיר אויסגעשטעלט אויף דער מיטל-מיזרחדיקער פּולווערפֿאַס.
און צוליב וואָס? צוליב דעם וואָס מיר זײַנען אַנדערש, און אייביק געבליבן די זעלבע מיט אונדזער אַנדערשקייט. מיר האָבן פֿאַר דער וועלט געגרילצט מיט אונדזער פֿרעמדקייט, מיט אונדזער קולטיווירטן גײַסטיקן אומרו, מיר זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער פֿרעמד צווישן באַרבאַרישע אומות און תּקופֿות.
מיר האָבן פּרובירט זיי נאָכמאַכן, צופּאַסן זיך, אַסימילירן זיך — בחינומדיקע טירחה. די יעקעס האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ נאַרישער גאווה, זיך פּרובירט אָפּרײַסן פֿון אונדזער ווײַטן פֿאַרצײַטנס. ווען ס’איז אָבער געקומען צו אונדזער שחיטה, זײַנען זיי געווען פֿון די ערשטע.
מען האָט אונדז באַשולדיקט אין ברענגען די שוואַרצע מגפֿה, אין פֿאַרסמען ברונעמער, אין בלוט־בילבולים, אין עשירות און אין קאָמוניזם, אין רעוואָלוציעס און אין זײַן פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַר דער וועלט־עקאָנאָמיע. ווען וועלן זיי שוין אָנהייבן אונדז ליב האָבן?
מיר זײַנען באַצײכנט געוואָרן ווי פּחדנים, געלט־גײַציקע, און אַלץ צוליב אונדזער נאַציאָנאַלן געניוס. שווער צו זײַן אַ זשעני אין אַן אָפּגעשטאַנענער וועלט.
האָט זיך פּרוסאור צוגעשטעלט צום פּאָדיום פֿון דער „יו־ען‟ און דערלאַנגט לשון די דעלעגאַטן פֿון מיטעלן מזרח, און אַלץ מיט אַ געהויבענעם קאָפּ און אַנשיידענעם טאָן האָט ער אויפֿגעדעקט די צבֿיעות, די היפּאָקריטסטווע און די שאַנדע מיט וועלכער די „יו־ען‟ פֿאַרבלענדט די אויגן פֿון דער וועלט.
ער האָט אויפֿגעדעקט דאָס געמויזעכץ מיט וועלכן די דעספּאָטן פֿון די אַראַבישע לענדער פֿאַרקויפֿן מיליאָנען פֿעסעלעך נאַפֿט אויסגעמישט מיט טעראָר, רצח, פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון פֿרויען און פֿאַרפֿלאַנצן האַס צו ישׂראל מיט דער טענה, אַז ישׂראל האָט אין 1948 פֿאַריאָגט 700 טויזנט אַראַבער (שפּעטער האָט מען זיי משנה־שם געווען אויף פּאַלעסטינער), אָבער זיי האָבן פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז די אַראַבישע לענדער האָבן אויסגעוואָרצלט 850 טויזנט ייִדן פֿון זייערע אַראַבישע לענדער.
מיט 67 יאָר צוריק האָט די „יו־ען‟ באַוויליקט צו שאַפֿן צוויי מדינות, ישׂראל און פּאַלעסטינע. דאָס איז אָבער געפֿאַלן אויף טויבע אויערן, די אַראַבישע לענדער האָבן זיך מאָמענטאַל פֿאַראייניקט און אָנגעפֿאַלן אויף די פֿאַרבליבענע שערבלעך פֿון די געטאָס און לאַגערן, וועלכע האָבן אויפֿסנײַ געדאַרפֿט פֿירן מלחמה פֿאַר זייער עקזיסטענץ.
און נאָך אַ זאַך, איבער אַ מיליאָן אַראַבער וואָס וווינען אין דער ייִדישער מדינה, זײַנען הײַנט פֿרײַע בירגער, שטעלן צו קאַנדידאַטן צו דער כּנסת און געניסן פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד. דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר האָט געטאַדלט מיט זײַן פֿינגער אין דער לופֿטן:
„פֿאַרגעסט נישט אין ’ליבערטיי, עגאַליטיי און פֿראַטערניטיי‘.‟
„זש’אַקוז! איך באַשולדיק די ׳יו־ען׳, צוזאַמען מיט די אייראָפּעיִשע לענדער אין פֿאַרקרימען דעם אמת, דעם יושר און גערעכטיקייט, אין אָנווערן דאָס גלײַכגעוויכט פֿון ערלעכקייט און געוויסן‟. ער האָט זיי דערמאָנט, אַז זיי האַלטן נישט פֿון קיין שלום, אַז זיי „האַלטן נאָר פֿון האַס און עקסטרעמיזם‟.
„איך באַשולדיק אײַך אין אָנטייל נעמען אין אונדזערע רדיפֿות, גירושים און טעראָריזם. איר מעגט זיך שעמען אין אײַער ווײַטן האַלדז אַרײַן!‟
דאָ האָט מען דערהערט רייד נישט פֿון קיין לעמעשקע, נאָר פֿון אַ פֿולצײַטיקן, דערפֿאַרענעם דיפּלאָמאַט וואָס האָט זיך געשטעלט אַנטקעגן דעם גלית, נישט נאָר פֿון די אַראַבישע לענדער נאָר פֿון דער גאַנצער וועלט.
ווען וועלן זיי שוין אָנהייבן אונדז ליב האָבן?
עס זעט מיר אויס אַז מ’קען נישט איבערפֿלאַנצן מענטשלעכקייט און דעמאָקראַטיע אין מיטעלען מיזרח. די מדבריות לאָזן זיך נישט איבערפֿלאַנצן. די ערד, פּונקט ווי די מוחות פֿון זייערע ממשלות און באַפֿעלקערונג איז צו טרוקן, קיינער האָט זיי נישט באַוואַסערט טויזנטער יאָרן, זײַנען זיי געבליבן פֿאַרדאַרט. ווען וועלן זיי אונדז שוין אָנהייבן ליב האָבן? און דער ענטפֿער איז:
„נעווער!‟ (ענגליש)
„ניקאָגדאַ!‟ (רוסיש)
„אף פּעם!‟ (העברעיִש)
„וואַלאַ מאַראַ!‟ (אַראַביש)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.