בעת זײַן רעדע פֿאַרן „דזשענעראַל אַסעמבלי‟ דעם 27סטן נאָוועמבער, האָט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסדאַדאָר רן פּרוסאור גענומען טאַדלען, באַשולדיקן און אויפֿווײַזן שוואַרץ־אויף־ווײַס, אַז די חבֿרה פֿונעם „דזשענעראַל אַסעמבלי‟ — אפֿשר נישט אַרײַנגערעכנט דעם גענעראַל־סעקרעטאַר באַן־קי־מון — זיצט מיט פֿאַרלייגטע הענט, אײַנגעוויקלט אין זייער פּליושענעם ייִדן־האַס, און דאָס אַלץ בשעת דער מיטעלער מזרח שעכט זיך אויס איינס ס’אַנדערע. מיליאָנען פּליטים באַלאַגערן לבֿנון, יאָרדאַניע און טערקײַ, זייערע אייגענע ברידער ווערן טעגלעך געשאָכטן, פֿאַרסמט, גייען אויס פֿאַר הונגער, פֿון עפּידעמיעס, נויט און קעלט.
אָבער דאָס אַלץ איז ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי ווען עס קומט צו זייער גלײַכגילטיקייט צו אייגענע, דער עיקר שולדיק אין דעם אַלעם איז… ישׂראל. די פֿײַנטשאַפֿט צו ייִדן שטאַמט נאָך פֿון פּרעהס צײַטן.
און מיר ייִדן? וואָסי, מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן מיט וועמען מיר האָבן דאָ צו טאָן? ס’איז דער זעלבער גוי, נאָר אַנדערש געשלײַערט. זיי האָבן אונדז געהאַסט אויף פֿאַרשיידענע לשונות, אין פֿאַרשיידענע לענדער און אויף אַלע קאָנטינענטן. אפֿשר קענט איר מיר אויפֿשטאָפּן דעם קאָפּ, ווען איז די וועלט געווען אַ מענטשלעכע וועלט? די וועלט־געשיכטע האָט אַ קורצן זכּרון. שוין פֿאַרגעסן די גירושים, וואָרמס, מײַנץ און שפּײַער, די קרײצצוגן, די אַקטיווע שׂינאה צו אונדז דורך די דורות, די שײַטערהויפֿן, די אינקוויזיציעס, דעם צוואַנג צום שמד, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזערע קדושים וואָס זײַנען ערשט נישט לאַנג אומגעקומען אינעם חורבן…
מיר ייִדן זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער פֿרעמד אין אַ וועלט פֿון אַ באַרבאַרישער שׂינאה צו אונדז. דער ווילן צו הויזן צוזאַמען מיטן גוי פֿון דער וועלט, צו טיילן זיך מיטן זעלבן הימל, האָט נישט געסטײַעט. מיר האָבן זיך גענוג אָנגעליטן אונטערן פֿאַרריסענעם אײַזערנעם צלם מיט די זונטיקדיקע דרשות פֿון די גלחים און איצט זײַנען מיר אויסגעשטעלט אויף דער מיטל-מיזרחדיקער פּולווערפֿאַס.
און צוליב וואָס? צוליב דעם וואָס מיר זײַנען אַנדערש, און אייביק געבליבן די זעלבע מיט אונדזער אַנדערשקייט. מיר האָבן פֿאַר דער וועלט געגרילצט מיט אונדזער פֿרעמדקייט, מיט אונדזער קולטיווירטן גײַסטיקן אומרו, מיר זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער פֿרעמד צווישן באַרבאַרישע אומות און תּקופֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.