תּל־אָבֿיבֿ באַערט „יונגן אַמבאַסאַדאָר פֿון ייִדיש‟

Tel Aviv Honors “Young Ambassador for Yiddish”

בני מער
בני מער

פֿון יצחק לודען

Published December 14, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

צו זײַנע ערשטע ערנסטע איבערזעצונגען פון ייִדיש געהערן, צווישן אַנדערע, דאָס אָפּגעפֿונענע טאָגבוך פֿון הערמאַן קרוק, דעם מיטאָלאָגישן ביבליאָטעקאַר פון די ציש”אָ-שולן אין וואַרשע, און בעת דער היטלער-מלחמה — פֿאַרװאַלטער פֿון דער גרויסער ייִדישער געטאָ-ביבליאָטעק אין ווילנע, ווי אויך די איבערזעצונג פֿון שלום-עליכמס „די שטאָט פון די קליינע מענטשעלעך‟, א”אַנד. גאָר לעצטנס איז דערשינען בני מערס אַ מין אַנטאָלאָגיע פֿון 25 צוגעקליבענע ייִדישע לידער פֿאַר קינדער, אין העברעיִשער איבערזעצונג אין אַ טרעפֿלעך אילוסטרירטער אויסגאַבע אונטער דעם איראָנישן נאָמען „אף על פּיל‟ (ת”א, 2012).

פֿון צווישן זײַנע לעצטע אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן אײַנדרוק זײַן מאמר א”נ „מײַן געשפּאָלטענע פּערזענלעכקייט‟, װאָס איז דערשינען אינעם ניו-יאָרקער זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, און „וואָס וועט בלײַבן?‟ אין דעם לעצטנס דערשינענעם לעצטן נומער פון די תּל-אָבֿיבֿער „לעבנס-פֿראַגן‟.

דער „מענדעלע-פּרײַז פון דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור‟ איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1961 און צום לעצטן מאָל האָט אים באַקומען מיט פֿיר יאָר צוריק דער שרײַבער פֿון די שורות. די פֿריִערדיקע לאָרבעראַנטן פֿון דעם פּרײַז זענען געווען דער שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן-חיים, דער פֿאַרװאַלטער פון „ישׂראל-שטימע‟ — דוד שטאָקפֿיש ז”ל (אין 1997) און דער רעדאַקטאָר פון דעם ליטעראַרישן זאַמלבוך „חוליות – רינגען‟ — ד”ר שלום לוריא ז”ל (אין 2004). נאָך אַ העפֿטיקן וויכּות אין שטאָטראַט אַרום דער כּוונה אָפּצושטעלן דאָס צוטיילן דעם „מענדעלע-פּרײַז‟ האָט די שטאָט-פֿאַרװאַלטונג באַשלאָסן װײַטער אים אויסצוטיילן יעדע פֿיר יאָר.