(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די קראַנקן־שװעסטער נאַטאַשאַ כּ”ץ און איר חתן, טבֿיה גאַרפֿינקעל, האָבן גענומען חופּה וקדישין אינעם לאָקאַל פֿונעם מעלבורנער מושבֿ־זקנים אױפֿן נאָמען משה מאָנטעפֿיורע. די כּלה אַרבעט אינעם מושבֿ־זקנים. זי זאָגט, אַז זי האָט באַשלאָסן חתונה צו האָבן בײַ דער אַרבעט װײַל זי װיל אַז אַלע אירע ליבע — משפּחה, פֿרײַנד און די אײַנװױנער פֿונעם מושבֿ־זקנים— זאָלן קענען בײַזײַן אױף דער חופּה.
אַ נײַע אױסשטעלונג, װאָס האָט זיך ערשט געעפֿנט בײַם ייִדישן חורבן פֿאָרשצענטער און מוזעום אין מעלבורן, הײסט „מיטן פּנים צום עבֿר‟, און פֿאַרנעמט זיך מיט די 36 מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, װעלכע אַרבעטן נאָך פֿרײַװיליק בײַם חורבן־צענטער, װאָס פֿײַערט הײַ־יאָר 30 יאָר אַרבעט אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. דער פּרעזידענט פֿונעם צענטער האָט באַשריבן די 36 װי „אונדזערע טײַערע אוצרות‟.
די אָרטאָדאָקסישע שיל אין דער שטאָט באַלאַראַט, װיקטאָריע, װאָס האָט נישט קײן רעגולערן מנין, װעט פֿײַערן חנוכּה אינעם אָװנט פֿונעם 6טן ליכטל. די שיל איז געגרינדעט געװאָרן אין מיטן פֿונעם געיעג נאָך גאָלד, װאָס איז אױסגעבראָכן אין באַלאַראַט במשך פֿון די 1850ער יאָרן. עס דױערט אַן ערך 150 מינוט צו פֿאָרן קײן באַלאַראַט פֿון די ייִדישע געגנטן אין מעלבורן, װוּ עס װױנט די נאָענטסטע גרעסערע ייִדישע באַפֿעלקערונג.
נײַער פֿאָנד אין סידנעי מעלדעט זײַנע ערשטע בײַשטײַערונגען
די װאָלפּער ייִדישע שפּיטאָל־געזונט פֿונדאַציע, װאָס איז ערשט געגרינדעט געװאָרן אין חודש פֿעברואַר הײַ־יאָר, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אירע ערשטע זעקס פֿינאַנציעלע בײַשטײַערונגען אין סידנעי.
די מיסיע פֿון דער פֿונדאַציע איז אונטערצושטיצן איניציאַטיװן צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־צושטאַנד פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג און אױך פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. די בײַשטײַערונגען װעלן צעטײלט װערן צװישן די אָרגאָניזאַציעס קעמפּ סאַבאַבאַ, סאַבאַבאַ לאַגעמבאַ (בײדע זײַנען אַן אָפּרו־אָרט פֿאַר יונגע ייִדן און קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן), די „מתּנה פֿון לעבן — אױסטראַליע‟, דער „ראַק־בירושה קליניק‟, דאָס „ייִדישע הױז‟, דער „פֿרײַנדשאַפֿט־קרײַז — ניו סאַוט װײלס‟ און „פּאַרקינסאָנס — ניו סאַוט װײלס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.