צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע רעקאָרדירונגען זענען לעצטנס אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אייראָפּע מיט נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער־טעקסטן פֿון מאָדערנע ייִדישע פּאָעטן.
„צוגרייטנדיק זיך צו טאַנצן: נײַע ייִדישע לידער‟ מיט דער פּאָעזיע פֿון ירמיה־אַהרן טאַוב, אַ תּושבֿ אין וואַשינגטאָן, איז אַרויס אין פּוילן. פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד, האָט דער דואָ „שמאַראָוואָזניק” אונדז צוגעשיקט זייער נײַ קאָמפּאַקטל מיט אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די לידער פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי (1910—2001). ביידע קאָמפּאַקטלעך שפּיגלען אָפּ אַן ערנסטן צוגאַנג צו די פּאָעטישע שאַפֿונגען און צו דער ייִדישער פּאָעזיע בכלל.
„שמאַראָוואָזניק” — אויף דעם אָדעסער זשאַרגאָן מיינט עס אַ פּאַרשוין, וואָס שטעלט צו נקבֿות — שפּילט אין אַ מער פֿאָלקישן סטיל, מיט אַ סך קלעזמערישע ריטמען און קלאַנגען. די גרופּע באַשטייט פֿון קריסטין וואָן ביולאָוו אויפֿן קלאַרנעט, און מאַרטין קעטשע אויפֿן אַקאָרדיאָן; ביידע אינסטרומענטן זענען הײַנט שוין אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין דער קלעזמערוועלט.
דאָס צופּאַסן מוזיק צו זשיכלינסקיס לידער איז נישט קיין פּשוטע זאַך, ווײַל זי קען צו מאָל שרײַבן גאַנץ טראַדיציאָנעל — מע קען אַפֿילו זאָגן, אינעם סטיל פֿון אַ פֿאָלקסליד — אָבער אָן גראַמען. אַנדערע לידער אירע האַלטן זיך מער בײַ אַ מאָדערניסטישער שיטה, און זײַנען נאָך שווערער צו זינגען. די לידער־טעקסטן האָבן די מוזיקער אויסגעקליבן פֿון פֿינעף תּקופֿות אין זשיכלינסקיס לעבן און שאַפֿונג: פֿון 1929, ווען זי איז אַלט געווען 18 אָדער 19 יאָר; פֿון וואַרשע פֿאַר דער מלחמה; פֿון קאַזאַן, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, 1942; פֿון באַלד נאָכן חורבן, און לידער פֿון די 1960ער און 1970ער יאָר אין אַמעריקע.
די שטאַרקסטע לידער זענען די חורבן־לידער, ווי „גאָט האָט פֿאַרבאַהאַלטן זײַן פּנים‟.
אַלע וועגן האָבן געפֿירט צום טויט,
אַלע וועגן.
אַלע ווינטן האָבן געאָטעמט מיט פֿאַרראַט,
אַלע ווינטן.
אויף אַלע שוועלן האָבן געבילט בייזע הינט,
אויף אַלע שוועלן.
אַלע וואַסערן האָבן אונדז אויסגעלאַכט,
אַלע וואַסערן.
אַלע נעכט זענען פֿעט געוואָרן פֿון אונדזער שרעק,
אַלע נעכט.
און די הימלען זײַנען געווען נאַקעט און ליידיק,
אַלע הימלען.
גאָט האָט פֿאַרבאַהאַלטן זײַן פּנים. (1947)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.