(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ווען דער דועט זינגט אַן אַנדער חורבן־ליד — „ברענג מיר דאָס בלוט פֿון דעם שׂונא” (1948), כאַפּט מען זיך, אַז דאָס זינגען דײַטשן וועגן דײַטשיש בלוט! די מעלאָדיע וואָס „שמאַראָוואָזניק” האָט געשאַפֿן פֿאַר דעם נקמה־ליד, איז נישט קיין ייִדישלעכע, אָבער פֿאָרט פֿאָלקיש, און הייבט אַרויס די הייסע פּראָטעסט־עמאָציע פֿונעם מאָמענט.
„שמאַראָוואָזניק‟ האַלט זיך אָפֿט אויך בײַ ייִדישע ריטמען. אַ רומעניש־ייִדישע האָראַ הערט מען אינעם ליד „דאָס לעבן איז ווי אַ פֿיש‟. אַ צווייט מאָל הערט מען אַ ליד, אינעם קאַבאַרעט־סטיל פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל. מיט דער באַגלייטונג פֿון נאָר צוויי אינסטרומענטן קען מען גוט הערן און פֿאַרשטיין זשיכלינסקיס פּאָעזיע, און מיט דעם האָט די גרופּע פֿאַרדינט אַ מיצווה //www.schmarowotsnik.de.
ווײַט פֿון פֿאָלקישקייט, פֿון קלעזמערישע קלאַנגען איז דאָס קאָמפּאַקטל „צוגרייטנדיק זיך צו טאַנצן: נײַע ייִדישע לידער‟, קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון ירמיה־אַרהן טאַוב. די רעקאָרדירורנג איז אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מײַ 2013 אין אַ וואַרשעווער קלוב, ווי אַ טייל פֿונעם „נײַעם ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל‟. דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון די שאַפֿונגען, מיכאַל גאָרטשינסקי, פֿון דער גרופּע „מאָלערײַ‟, איז אין מיטן פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, „מוזיק צו שפּראַכן‟, וואָס וועט אַרײַננעמען לידער פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף דער וועלט; מיט טאַובס ייִדישע לידער האָט ער אָנגעהויבן.
דער טריאָ „מאָלערײַ‟ באַשטייט פֿון דער פֿידלערין דאַגנאַ סאַדקאָווסקאַ; דעם זינגער, קלאַרנעטיסט, און קאָמפּאָזיטאָר מיכאַל גאָרטשינסקי, און דעם טשעליסט מיקאָלײַ פּאַלאָזש. דערצו זינגט חנה גאָלדשטיין, און עס שפּילט דער באַקאַנטער פּוילישער דזשעז־פּיאַניסט מאַרסין מאַסעצקי.
גאָרטשינסקי האָט אויסגעקליבן נײַן לידער און צו זיי געשאַפֿן אַוואַנגאַרדישע מוזיק; אָמאָל ווילד און שרײַעדיק, אַמאָל אַטאָניש, אָבער אַלע מאָל מיט לײַדנשאַפֿט. די פֿאָרשטעלונג פֿון דער זינגערין חנה גאָלדשטיין איז ממש צו באַוווּנדערן — דאָ שעפּטשעט זי, דאָרט שרײַט זי; אָפֿט חזרט זי איבער די זעלבע ווערטער. עס שאַפֿט זיך אַ געפֿיל, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר איז מער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדישע ווערטער, ווי פֿון זייער טײַטש און זינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.