ליכט אױפֿן כמאַרנעם הימל

Ray of Light in a Cloudy Sky


פֿון מיכאל פֿעלזענבאום

Published December 17, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און אָט, עס שװימען אינעם צימער אַרײַן די בילדער פֿון אַ שײנעם ערבֿ־חנוכּה־אָװנט בײַ די סאַנדלערס אין קעשענעװ. בײַם טיש, װי תּמיד, איז פֿרײלעך און ליכטיק, עס הערשט דאָס ייִדישע װאָרט. יחיאל שרײַבמאַן מיט זײַן לעבעדיקער קמיע, מאַרינע… דער עלעגאַנטער משה לעמסטער… און אָט… גאָטעניו, דאָס איז דאָך די שײַנענדיקע שירע, שירע גאָרשמאַן. זי פֿאַרמאַכט די אױגן און הײבט אָן רעדן־שרײַבן… רבונו־של־עולם, מע קען משוגע װערן… איר סטיל, דער אופֿן פֿון שאַפֿן גלײַך אױפֿן אָרט, — עס האָט זיך געדאַכט, אַז זי קריגט אַרױס די לעבעדיקע געשטאַלטן פֿון דער לופֿטן, װי אַ כּישוף־מאַכערין. און אױב דאָס איז נאָך ניט גענוג, טאָ װיל איך צוגעבן נאָך אַ פּרט, — שירע האָט געדענקט אױף אױסנװײניק אַלע אירע װערק, אַלע. זי איז קײן מאָל ניט געװען מיד און קאַרג צו שענקען אַ ביסל ליכטיקײט פֿון יענעם פֿײַער, װאָס האָט געבושעװעט אין איר נשמה, און קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן צו באַלײַכטן יענעמס האַרץ מיט די שורות פֿון אָשר שװאַרצמאַנס אַ ליד:

אַ שטראַל פֿון דער זון האָט אַ כװאַליע געקושט
מיט ליפּן פֿון רײנעם גינגאָלד…
אַ שפּרונג האָט די כװאַליע געטאָן, װי צעמישט,
און לעבן שױן מער ניט געװאָלט…
… ער איז געקומען אין דער שװערסטער תּקופֿה פֿון מײַן לעבן. געקומען אומגעריכט, אָבער פּונקט אַזױ װי נאָר ער האָט עס געקענט טאָן, מיט אײן „זעץ‟ און — אױף אײביק. דעם אמת געזאָגט, הײַנט פֿעלט ער מיר זײער.

… איך בין געשטאַנען מיט אײן פֿוס אױף דער בעסטער פֿון די װעלטן, — ניט געקענט שרײַבן, ניט געװאָלט קײנעם זען. פּלוצעם צעקלונגט זיך דער טעלעפֿאָן און פֿון דער צװײטער זײַט דערהער איך אַ שטיל, הײזעריק קול, — מישע? פֿעלזענבאַום? יאָ. מײַן נאָמען איז מישע לעװ. איר קענט אַזאַ נאָמען? װאָס הײסט, צי איך קען אײַך? זיכער, אַז איך געדענק אײַך. גוט, איך װױן אין רחובֿות. אפֿשר אַ מאָל װעט איר זיך אַרײַנכאַפּן צו מיר, װעלן מיר כאַפּן אַ שמועס. מיט פֿאַרגעניגן, איך אַרבעט דאָך אין רחובֿות…

אַ װאָרט אַהער, אַ װאָרט אַהין… מיט אײן װאָרט, אין משך פֿון פֿיר אָדער פֿינף יאָר פֿלעגן מיר זיך טרעפֿן יעדן אין דער פֿרי לעבן זײַן הױז, און ער איז שטיל געזעסן לעבן מיר און געלײענט דאָס, װאָס איך האָב אָנגעשריבן בײַ נאַכט. נאָך דעם פֿלעגט ער אַװעקלײגן זײַן שװערע האַנט אױף מײַנער און… אַזאַ לױטער פּנים האָב איך מײַן לעבן ניט געזען, — מישע, עס איז געװען כּדאַי אױפֿצושטײן אַזױ פֿרי. און איצט לאָמיר אָנהײבן אַרבעטן… און ער האָט מיך געלערנט. שטיל, אָן כּוח, מיט אַ סך געדולד, און דער עיקר — מיט דער ליכטיקײט פֿון זײַן נשמה. איך, פֿון מײַן זײַט, האָב אים אױסגעלערנט נאָר אײן זאַך, — װי אַזױ מאַכט מען אַ חנוכּה־ליכט פֿון אַ קאַרטאָפֿליע.

אַ נאַכט, אַפֿילו די לאַנגע װינטערנאַכט, צעלײַכט זיך מיט די נשמה־ליכטלעך. מע דאַרף נאָר האָבן אַן אױסטערליש מזל און אַ קוק טאָן אין אַ ריכטיקן פֿענצטער.