7 ישׂראלדיקע געזעצן, וואָס אַמעריקע זאָל אָננעמען

7 Israeli Laws America Should Pass

ס׳איז אַ מחיה צו שווימען אינעם ים־המלח
Thinkstock
ס׳איז אַ מחיה צו שווימען אינעם ים־המלח

פֿון אַבֿי באַס (Forward)

Published December 17, 2014, issue of January 02, 2015.

ווען איך האָב איבערגעלייענט אַבֿיטל בורגס אַנומלטיקן אַרטיקל „ווען אַמעריקע וואָלט געהאַט אַזעלכע געזעצן, ווי אין ישׂראל‟, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט: הלוואַי וואָלט מען טאַקע אײַנגעפֿירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַ ריי ישׂראלדיקע געזעצן.

במשך פֿון זעקס יאָר, וואָס איך האָט אָפּגעוווינט אין ישׂראל, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ צאָל אָרטיקע געזעצן, וואָס העלפֿן צו פֿאַרטיידיקן דעם פּשוטן מענטש — אַזאַ, ווי איך. אין מײַן אַרטיקל וויל איך באַקענען די לייענער מיט אַ ריי קאָנקרעטע בײַשפּילן.

1) אין ישׂראל איז נישטאָ קיין שטראָף פֿאַרן אַריבערגיין צו אַן אַנדער טעלעפֿאָן־פֿירמע

לעצטנס, האָט מען אין ישׂראל פֿאַרווערט די אינטערנעץ־, טעלעפֿאָן־ און טעלעוויזיע־פֿירמעס אַרויפֿצולייגן אַ קנס אויף די, וואָס ווילן אַריבערגיין צו אַן אַנדער פֿירמע — אויב אַפֿילו זיי האָבן אונטערגעחתמעט אַ לאַנג־צײַטיקן קאָנטראַקט. איך וואָלט געוואָלט זען, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער פֿירמעס AT&T און Verizon, וואָס באַשטראָפֿן כּסדר זייערע געוועזענע באַנוצער, וואָלטן רעאַגירט אויף אַזאַ געזעץ.

2) נישט קיין שיסערײַען צווישן ציווילע לײַט

נאָך עטלעכע טראַגישע אינצידענטן אין די 1990ער יאָרן, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אײַנגעפֿירט אַ שטרענגערן קאָנטראָל איבערן געווער. בלויז אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל ציווילע בירגער מעגן הײַנט פֿאַרמאָגן אַ פּיסטויל. אַפֿילו די, וואָס האָבן נאָך אַ שווערער פּראָצעדור באַקומען די ליצענץ, מעגן האַלטן אין שטוב נישט מער ווי 50 קוילן. אין פֿאַרגלײַך מיט די 26 פּראָצענט אַמעריקאַנער, פֿאַרמאָגן בלויז 8 פּראָצענט ישׂראלים אַ פֿײַער־געווער. עס באַקומט זיך, אַז דער שאַנס דערהרגעט צו ווערן אין אַ שיסערײַ־אינצידענט איז אין ישׂראל 4.5 ווייניקער.

3) די גרינסן זענען ביליקער

די ישׂראלדיקע גרינסן און פֿרוכטן האָבן אַ בעסערן טעם, און דערצו זענען זיי ביליקער צוליב ספּעציעלע שטײַער־שניטן און עקאָנאָמישע סיבות.