(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון „דאָס פּױלישע ייִדנטום‟, װאָס איז אַרױס צוליב דער איבערגעגעבענער שטיצע מצד דער באַשײדענער און רעלאַטיװ קלײנער אַרגענטינער ייִדישער קהילה, איז אַן עכטער מוסטער פֿון קולטורעלער העלדישקײט „לשמה‟. דאָס איז געװען מסתּמא דער גרעסטער און װיכטיקסטער ייִדישער פֿאַרלעגערישער פּראָיעקט נאָכן חורבן, װאָס האָט געהאַט, װי שװאַרץ דערקלערט, אַ טאָפּלטע כּװנה: אָפּצוהיטן דעם זכר פֿונעם אומגעקומענעם ייִדישן לעבן און צו װײַזן דער װעלט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז שטאַרק און שעפֿעריש. אָבער כּמעט אַלע װערק פֿון דער סעריע זײַנען עד־היום נאָך ניט איבערגעזעצט געװאָרן אױף װאָסער ניט איז שפּראַך. דער סאַמע באַרימטער יוצא־דופֿן איז אלי װיזעלס „און די װעלט האָט געשװיגן‟, הגם דער פֿראַנצױזישער און דער ענגלישער נוסח פֿונעם בוך, „די נאַכט‟, איז גאַנץ אַנדערש פֿונעם ייִדישן מקור. דער דאָזיקער בײַשפּיל באַשטעטיקט שװאַרצעס טעזיס, אַז אַ ייִדישער שרײַבער קאָן אַרײַנגענומען װערן אין דער װעלט־ליטעראַטור נאָר װען ער װעט דערשטיקן די אױסגעשפּראָכענע ייִדישקײט פֿון זײַן װערק.
די ייִדישע ליטעראַטור אין די 1950ער יאָרן איז ניט געװען פֿרײַ פֿון אירע אײגענע אינעװײניקע פּראָבלעמען און סיכסוכים. שװאַרץ האָט געװידמעט אַ באַזונדערן קאַפּיטל צו אײן יאָר, 1953–1954. אינעם צענטער פֿונעם דאָזיקן קאַפּיטל שטײט די מחלוקה צװישן דעם פּױלישן ייִדישן היסטאָריקער בער מאַרק און דעם אַמעריקאַנער דיכטער ה. לײװיק. דער תּירוץ איז געװען די פּובליקאַציע אין װאַרשע פֿון די ערשטע דאָקומענטן פֿונעם „עונג־שבת אַרכיװ‟ פֿונעם װאַרשעװער געטאָ, װאָס מען האָט אױסגעגראָבן פֿון די חורבֿות פֿון װאַרשע.
אין אַן אַרטיקל אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג „דער טאָג‟ האָט לײװיק באַשולדיקט דעם װאַרשעװער היסטאָריקער אין אַ פֿעלשונג. ער האָט געטענהט, אַז אַלע ייִדן, װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן, זײַנען געװען אומשולדיקע קדושים, און מען טאָר דערפֿאַר ניט רעדן װעגן אַזעלכע פֿאַקטן װי דאָס מיטאַרבעטן מיט די נאַציסטן. אָבער די געראַטעװעטע כּתבֿ־ידן פֿונעם װאַרשעװער געטאָ האָבן דערצײלט אַן אַנדערע געשיכטע, װאָס איז געװען מער ביטער און קאָמפּליצירט. אין זײַן אַרטיקל „יודענראַטישע אהבֿת־ישׂראל: אַן ענטפֿער אױפֿן בלבול פֿון ה. לײװיק‟ (1953), האָט מאַרק אַרױסגעזאָגט אַ פֿאַרקערטע טענה, אַז דװקא די, װאָס לײקענען אָפּ דעם ביטערן היסטאָרישן אמת, זײַנען בוגד אין דעם אָנדענק פֿון חורבן־קרבונות.
דער דאָזיקער סכסוך האָט געהאַט אַ קנאַפּן אָפּקלאַנג אין דער ברײטערער אַמעריקאַנער ייִדישער סבֿיבֿה. די ענגליש־רעדנדיקע אינטעלעקטועלע דעה־זאָגערס, אַזעלכע װי אירװינג האַו און פֿיליפּ ראַװ, האָבן ניט געהאַט קײן סך אינטערעס אינעם מיזרח־אײראָפּעיִשן חורבן. אַן איבערקער איז געשען בעת אײכמאַנס משפּט, װען חנה אַרענדט באַריכטן פֿון ירושלים האָבן גורם געװען אַן עפֿנטלעכן סקאַנדאַל. צו יענער צײַט האָט זיך אין אַמעריקע שױן אױסגעפֿורעמט אַ מיטאָלאָגיש בילד פֿון דער אַלטפֿרענקישער ייִדישקײט אױפֿן סמך פֿון די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון יצחק באַשעװיסעס מעשׂיות. באַשעװיס, שװאַרץ שרײַבט, ״האָט פֿאַרמאַכט דעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן און דערבײַ געשאַרן אַ נײַע לײענערשאַפֿט פֿאַר זײַנע װערק אין ענגליש״, און האָט משפּיעה געװען אױפֿן נײַעם דור ענגליש־ייִדישע שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.