(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צו די אַנדערע נײַעס: דער נײַער ייִדישער מוזיי האָט באַקומען די פּרעמיע The Moscow Times Award ווי איינער פֿון די בעסטע קולטור־צענטערס פֿון מאָסקווע. דינסטיק איז אין דעם מוזיי פֿאָרגעקומען אַ לעקציע אין ראַם פֿונעם ציקל טרעפֿונגען „רוסלענדישע ייִדן און די ערשטע וועלט־מלחמה‟. אויף פֿאַרגאַנגענע טרעפֿונגען האָט מעט שוין גערעדט וועגן דער היסטאָרישער לאַגע — און דאָס מאָל איז די רייד געגאַנגען וועגן דעם שפּור, וואָס די מלחמה האָט איבערגעלאָזט אין דער ייִדישער קונסט. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן גריגאָרי קאַזאָווסקי, אַ ישׂראלדיקער קונסט־פֿאָרשער און גרויסער קענער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם און אַוואַנגאַרד — סײַ אין ליטעראַטור און סײַ אין קונסט. ער האָט דערציילט וועגן בילדער פֿון מאַרק שאַגאַל, יהודה פּען, אַבעל פּאַן, הערמאַן שטרוק און אַנדערע מאָדערניסטישע מאָלער.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: ערבֿ דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון מענטשלעכע רעכט האָט די מאָסקווער העלסינקער גרופּע דערקלערט וועמען זי האָט הײַ־יאָר צוגעטיילט די יערלעכע פּרעמיע. צווישן אַ צענדליק לאַורעאַטן זענען אויך לעוו שלאָסבערג — דער דעפּוטאַט און זשורנאַליסט וואָס האָט אַנטפּלעקט, אַז רוסלענדישע סאָלדאַטן ווערן געשיקט קיין אוקראַיִנע, און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט מאַטעריאַלן וועגן דעם און אַ רשימה פֿון אומגעקומענע סאָלדאַטן — און אַנדריי מאַקאַרעוויטש, דער ראָק־זינגער, וואָס האָט זיך געשמט הײַ־יאָר מיט צוויי אויפֿטוען: דער אַלבום „ייִדיש־דזשאַז‟ און אַ סעריע קאָנצערטן שטיצנדיק אוקראַיִנע און געשטימט קעגן דער מלחמה.
ביז איצט — ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע. אַ ליכטיקן יום־טובֿ חנוכּה ווינטשט אײַך אלכּסנדרה פּאָליאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.