לכּבֿוד דעם יום־טובֿ חנוכּה האָט מען דינסטיק אָוונט, דעם 16טן דעצעמבער, אָנגעצונדן אין צענטער מאָסקווע אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ.
דאָס איז איינע פֿון די נײַע טראַדיציעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס שותּפֿות פֿון דער רוסישער מלוכה און דעם רוסלענדישן חב”ד. אין 1993 האָבן די ייִדן באַקומען אַ דערלויבעניש צו פּראַווען חנוכּה אין קרעמל — און זינט דעם שטעלט מען אַלע יאָר אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ אין סאַמע צענטער שטאָט, לעבן קרעמל.
אין אַלע שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קומען פֿאָר באַגעגענישן, קאָנצערטן און פּראָגראַמען פֿאַר קינדער לכּבֿוד חנוכּה. דער חב”ד האָט אַרויסגעגעבן אַ „וועגווײַזער פֿון געזעצן און מיצוות פֿון חנוכּה‟ — מיט אַ באַשרײַבונג פֿון דעם רעליגיעזן באַטײַט און טראַדיציעס פֿונעם יום־טובֿ. דער טעקסט ווערט געדרוקט אויף צוויי שפּראַכן: אויף רוסיש און העברעיש.
די הויפּט־געשעעניש פֿון דער וואָך אויף דער ייִדישער גאַס וואָלט איך אָנגערופֿן דעם פֿעסטיוואַל פֿון „פּאַמעלעכן לייענען‟, וואָס האָט דורכגעפֿירט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. דאָס איז שוין דער אַכטער פֿעסטיוואַל אַזעלכער. די טעמע איז דאָס מאָל געווען געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און מעטאָדאָלאָגיע פֿון ייִדישער איבערזעצונג.
דער עולם איז געווען צעטיילט אויף דרײַ גרופּעס. די ערשטע גרופּע האָט געלערנט וועגן איבערזעצונגען פֿון תּנ”ך — פֿון סעפּטואַגינט ביז דער רוסישער פּראַוואָסלאַוונער איבערזעצונג. די צווייטע גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט אויף ייִדישע איבערזעצער פֿון מיטל־אַלטער: די וואָס האָבן איבערגעזעצט פֿון אַראַביש אויף העברעיש, און די, וואָס האָבן איבערגעזעצט פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף ייִדיש. אַ טייל לעקציעס איז געווידמעט געווען די ראָמאַנען פֿון אליהו בחור — „פּאַריס און וויענע‟ און „בבֿא ד’אַנטאָנע‟ ווי איבערגעזעצטע ביכער. די דריטע גרופּע האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון ייִדישער איבערזעצונג אינעם 20סטן י”ה — קודם־כּל מיט טעאָריעס פֿון וואַלטער בנימין און זשאַק דערידאַ.
אַחוץ די לעקציעס, זענען אין דער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל אײַנגעשלאָסן געוואָרן דרײַ פּלענאַרע רעפֿעראַטן, געווידמעט דער איבערזעצונג אין דער מאָדערנער וועלט. דער ספּעציעלער גאַסט פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען די דיכטערין און איבערזעצערין אָלגאַ סעדאַקאָוואַ מיטן רעפֿעראַט „דער מוט און די פֿרײַהייט פֿונעם איבערזעצער‟. די טעמע פֿון דעם צווייטן פּלענאַרן רעפֿעראַט איז געווען די איבערזעצונג אין דער תּקופֿה פֿון „גוגל־טראַנסלייטאָר‟, און דער דריטער — געווידמעט דער איבערזעצונג אין קינאָ.
די פּראָגראַם פֿון דעם פּראָיעקט וועט זיך ממשיך זײַן אין דעצעמבער מיט צוויי לעקציעס וועגן דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד אין בערלין. מיטוואָך דעם 17טן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש געווידמעט פּאַול קלע און וואַלטער בנימין, און דעם 21סטן — דעם ייִדישן קולטור־לעבן אין ווײַמאַרער בערלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.