(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַנטקעגן דעם האָט סאַרנאַ איבערגעחזרט די פֿראַזע „מיר זענען דאָ!‟, כּדי צו מאָטיווירן די מיטגלידער, און בפֿרט די ייִנגערע, אַז די אַסאָסיאַציע, און דער תּחום בכלל, זשיפּעט נאָך, און אַז ער וועט נישט אונטערגיין אין דער נאָענטסער צוקונפֿט. אָבער רעאַליסטיש גערעדט, פֿאַרמאָגט הײַנט די אַסאָציאַציע אַרום 1,100 מיטגלידער. די ציפֿער האָב איך געהערט פֿון מײַן חבֿר, וואָס איז אַגבֿ אַליין לעצטנס אַריבער פֿון דער אַקאַדעמיע צו דער וועלט פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס. אויב די צאָל מיטגלידער וועט, חלילה, גיין באַרג אַראָפּ, און פֿאַלן ביז אַרום 700 מיטגלידער, וועט די אַסאָסיאַציע פּשוט באַנקראָטירן. אין אַ 20 יאָר אַרום איז דאָ אַ ממשותדיקער שאַנס, אַז דאָס נבֿיאות וועט רעאַליזירט ווערן.
וואָס שײך דעם אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿון די לעקציעס, זעט אויס, אַז קיין קריזיס לעבט מען דווקא נישט אַדורך. אויב איך וואָלט געדאַרפֿט באַצייכענען בלויז איין פּאַנעל, וואָלט איך לטובֿה אויסגעטיילט דעם פֿאַרכאַפּנדיקן פּאַנעל אונטערן טיטל: „דײַטשלאַנד, ייִדן, און די קונסטן פֿון ווײַמאַר ביזן נאַצי־פּעריאָד‟. לינדאַ בראַון (דזשאַנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט) האָט געוויזן אין איר לעקציע, „ייִדישע דזשעז־קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראַקטיק אין נאַצי-דײַטשלאַנד‟, ווי אַזוי די נאַציס האָבן אַלץ מער געפּרוּווט מאַכן אַן אונטערשייד צווישן דער „עכט דײַטשישער פּאָפּולערער קולטור‟ און דער „דעגענערירטער‟ ייִדישער און שוואַרצער פּאָפּולערע קולטורן. אַזוי האָבן זיי, למשל, דורכן זשורנאַל „דאַס דויטשע פּאָדיום‟, פּראָפּאָגאַנדירט פּטור צו ווערן פֿון ייִדישע מוזיקאַנטן, געפּריידיקט דעם באַנוץ פֿון אַ פֿידלער אויפֿן חשבון פֿון אַ סאַקסאָפֿאָן, און פֿון דער מעלאָדיע — אויפֿן חשבון פֿון דעם ריטעם.
חנה שמידט האָלענדער (אוניווערסיטעט פֿון ווירדזשיניע) האָט זייער שיין אַנאַליזירט דעם באַרימטן דײַטשישן עקספּרעסיאָניסטישן פֿילם „דער קאַבינעט פֿון ד״ר קאַליגאַרי‟ (Das Kabinet des Dr. Caligari) פֿון 1920. זי האָט איבערצײַגעוודיק דערקלערט, ווי דער פֿילם האָט טאַקע צו טאָן מיטן אַנטיסעמיטיזם, אָבער אין תּוך גייט דאָ די רייד וועגן דער אוניווערסאַלער טעמע פֿון זעלבסט-רמאָות.
די לעצטע רעדנערין, לאַניטאַ בערגער (דזשאָרדזש מייסאָן אוניווערסיטעט), האָט דערגאַנצט דאָס בילד פֿונעם אוניווערסאַליזם, דורכן ווײַזן די לעבנס־געשיכטע און ווערק פֿון דער מאָדערניסטישער קינסטלערין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם אירמאַ שטערן (1894־1966). די דרום-אַפֿריקאַנער שטערן האָט אַליין בשעתּו געשטיצט די אַפּאַרטהײַד-רעגירונג, וואָס האָט איר אַפֿילו דערמעגלעכט אויסצושטעלן אירע ווערק איבער דער וועלט ווי אַ באַווײַז פֿאַר דעם „שיינעם מולטי-קולטורעלן לאַנד‟. אין חילוף, פֿלעגט די ראַסיסטישע רעגירונג זי באַרײַכערן מיט כּלערליי מתּנות און פּריזן. וועגן אַזאַ מין מתּנת-יד זאָגט מען „שׂונא מתּנות יחיה‟ (דער וואָס האָט פֿײַנט מתּנות, וועט לעבן).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.