(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איז ווי אַזוי טײַטשן מיר אויס טבֿיהס אויסטײַטשן? דווקא דאָס, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען היפּוכדיק, הייסט עס, אַז מע דאַרף זייער גוט פֿאַרשטיין דעם מקור! אַנישט קען מען אים נישט קונציק פֿאַרדרייען אַזוי ווי טבֿיה. איז לאָמיר כאַפּן אַ קוק אויף אַ צאָל ווערטלעך טבֿיהס, וואָס מע געפֿינט אין דער פּיעסע און אַליין פּסקענען, צי זיי נעמען זיך פֿון אַן עם־האָרץ:
• „ויבֿוא המן“ (פֿון מגילת אסתּר) ‘המן איז געקומען’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳דער רוח האָט זיי געבראַכט…׳
• „אַתּה בחרתּנו מכּל העמים“ (פֿונעם מחזור) ‘האָסט אונדז אויסגעקליבן פֿון אַלע פֿעלקער’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳מע האָט אונדז ליב אומעטום…׳
• „כּי במקלי עבֿרתּי את הירדן“ (פֿון ספֿר בראשית) ‘מיט מײַן שטעקן בין איך אַריבער דעם (טײַך) ירדן“ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳מאַכט רשי: געקומען מיטן בײַטשל און אַוועק מיטן בײַטשל…׳
• „וינצלו את מצרים“ (ספֿר שמות) ‘און זיי האָבן אויסגעליידיקט מצרים’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳אויספֿאַרקויפֿט אַלצדינג!׳
• „אם אין קמח אין תּורה“ (פּרקי אָבֿות) ‘אַז נישטאָ קיין מעל, איז נישטאָ קיין לערנען’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳אַז מע’ט מכּות עסן, וועט מען קדחת קענען…׳
• „ויתרוצצו הבנים“ (ספֿר בראשית) ‘די זין זענען זיך צעלאָפֿן’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳די טעכטער זענען אויסגעוואַקסן.׳
• „לא אָמר כּלום“ (מקור?) ‘ער האָט גאָרנישט געזאָגט’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳האָט קלים [= אַ גוי] גאָרניט געזאָגט!׳
• „וישכּחהו“ (ספֿר בראשית) ‘און ער האָט אים פֿאַרגעסן’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) מאַכט ׳רשי: נע בולאָ ניקאָלע או מיקאָלע [אוקראַיִניש: ‘ס’איז קיין מאָל נישט געווען בײַ מיקאָלן’]… ׳חבֿר ווי געוועזן!׳
ער מאַכט אַפֿילו חוזק פֿון אַן אַנדער ייִד, מענדל ווערעביווקער, וואָס וואָלט נישט געקענט פֿאַרטײַטשן „סלחתּי כּדבֿריך“ (פֿון כּל־נדרי) און פֿירט אויס: „אַ ייִד אַן עם־האָרץ איז ערגער פֿון אַ גוי!“
אמת, טבֿיה ציטירט דערעיקרשט פֿון חומש, פֿון פּרקי־אָבֿות און פֿונעם דאַווענען — מקורים, וואָס ס’האָבן דעמאָלט געקענט אַפֿילו חדר־ייִנגלעך. צי וואָלט אָבער אַן עם־האָרץ בכלל געקענט אַזוי רעדן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.