(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צו די אַנדערע נײַעס: זונטיק דעם 21סטן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען די לעצטע באַגעגעניש פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟ אין 2014. דאָס איז די צווייטע טרעפֿונג, וואָס „אשכּולות‟ פֿירט דורך בשותּפֿות מיטן דײַטשן „געטע־אינסטיטוט‟ (די ערשטע איז פֿאָרגעקומען מיט אַנדערטהאַלבן חדשים צוריק און איז געווען געווידמעט די צוויי שפּראַכן — ייִדיש און דײַטש, די אונטערשיידן און דער ענלעכקייט צווישן זיי).
דאָס מאָל איז די טעמע געווען „בערלין ווי די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער קולטור אין די 1920ער‟. אָנהייב 1920ער יאָרן איז דײַטשלאַנד, ווי געוווּסט, געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון רוסישער עמיגראַציע. אַ דריטל פֿון די דעמאָלטדיקע רוסישע עמיגראַנטן זענען געווען ייִדן. אַחוץ דעם, הִאָט דײַטשלאַנד אויך אויפֿגענומען אַ צושטראָם פֿון ייִדישע פּליטים פֿון עסטרײַך־אונגערן — גאַליציע און בוקאָווינע. וועגן דער קולטור פֿון ייִדישן בערלין — אויף דײַטש, רוסיש, ייִדיש און העברעיש — האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פּראָפֿעסאָר מיכאל קרוטיקאָוו. נאָך דעם רעפֿעראַט האָט דער עולם גענאָסן פֿון אַ קאָנצערט — דער בענד „גאָוטס נאָוטס‟ האָט אויסגעפֿילט עטלעכע לידער פֿון בערלינער קאַבאַרעט.
די טעג ווערט אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי אָרגאַניזירט אַ בילדונג־פּראָגראַם — אַ ציקל לעקציעס אין ייִדישער דיכטונג. דער ערשטער רעפֿעראַט איז געווידמעט געווען די ערשטע פּאָעטן וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש – ש. עטינגער, א.ב. גאָטלאָבער, מיכל גאָרדאָן און י.ל. גאָרדאָן, דער צווייטער - אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאָעזיע און דער דריטער – דער קיעווער גרופּע און קולטור־ליגע.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די וואָך האָט די ביר־פֿאַבריק „באַלטיק‟ באַקומען אַ כּשרות־צערטיפֿיקאַט פֿונעם הויפּט־רבנות פֿון רוסלאַנד. כּשר זענען עטלעכע סאָרטן ביר (העל, ניט־פֿילטרירט און פּאָרטער) און קוואַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.