אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך דערציילט וועגן מײַן פּערזענלעכן אינטערעס צו דער חסידישער טראַדיציע, וואָס שטאַמט פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין, מנחם־נחום טווערסקי, און ווערט הײַנט רעפּרעזענטירט אינעם שטעטל ניו־סקווער לעבן ניו־יאָרק.
ס׳רובֿ חסידישע טראַדיציעס זענען באַגרינדעט געוואָרן דורך פֿאַרשיידענע תּלמידים פֿונעם מעזשריטשער מגיד, דער עיקר־תּלמיד פֿונעם בעל־שם־טובֿ. דער ערשטער טשערנאָבילער רבי (1730—1781), דער מחבר פֿונעם ספֿר „מאור עינים‟, האָט זיך געלערנט סײַ בײַם הייליקן בעל־שם אַליין, סײַ בײַם מגיד. דערפֿאַר פֿאַרנעמט זײַן שיטה אַן אוניקאַל אָרט אויפֿן צעצווײַגטן „בוים‟ פֿון די חסידישע דרכים.
דער זון פֿון מנחם־נחום טווערסקי, רבי מרדכי אָדער „רב מאָטעלע‟ טשערנאָבילער, האָט איבערגעלאָזט דעם קליינעם ספֿר „ליקוטי תּורה‟ און אַכט זין; יעדער פֿון זיי האָט געגרינדעט אַן אייגענעם חסידישן הויף: אין טשערנאָביל, קאָריסטשעוו, טשערקאַס, מאַקאַראָוו, טריסק, טאָלנע, סקווער און ראַכמיסטריווקע. זײַן תּלמיד, רבי ישׂראל־דובֿ־בער ווילעדניקער, האָט אָנגעשריבן דעם גאָר טיפֿן ספֿר „שארית ישׂראל‟, וווּ די טשערנאָבילער תּורה ווערט אָרגאַניש צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן חב״ד־חסידות.
אויף אַן אַנדער אופֿן האָט די דאָזיקע צוויי שיטות קאָמבינירט דער האָרנאָסטײַפּלער רבי, מרדכי־דובֿ טווערסקי, אַן אייניקל פֿון רב מאָטל. זײַן אוראייניקל, רבי אַבֿרהם טווערסקי, איז אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּסיכיאַטאָר און אַ מחבר פֿון צענדליקער ביכער אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט פּסיכאָלאָגיש־אָריענטירטע תּורה־פּירושים.
די ערשטע פֿרוי פֿונעם ערשטן סקווערער רבין, דער זיבעטער זון פֿון רב מאָטעלע, איז געווען אַן אייניקל פֿונעם אַפּטער רבֿ, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟, און פֿון רבי יצחק ראַדווילער, וואָס זײַן ווערק „אור יצחק‟ האָט אַ זעלטענעם ראַדיקאַל־מיסטישן טעם. די דאָזיקע ספֿרים, ווי אויך די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע „מאור עינימס‟ אייניקלעך, בלײַבן פּאָפּולער אין ניו־סקווער און ווערן באַטראַכט ווי יסודותדיקע ספֿרי־חסידות. אַן אַנדער פּאָפּולערער ספֿר הייסט „בת עין‟; דער מחבר, רבי אַבֿרהם־דובֿ אָווריטשער, איז געווען אַ תּלמיד פֿון „מאור עינים‟.
ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז, לויט דער סקווערער מסורה, האָט דער גרינדער פֿון זייער דינאַסטיע באַקומען בירושה דעם קאָנטראָווערסאַלן כּתבֿ־יד פֿונעם „ספֿר־הצורף‟ מיט פּערזענלעכע באַמערקונגען פֿונעם בעל־שם־טובֿ. דער מחבר, יהושע־העשל צורף, איז געווען אַ גרויסער ליטוויטשער מקובל, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז אינעם יאָר 1666, ווען אַ סך ייִדן האָבן געהאָפֿט, אַז שבתי צבֿי וועט זיך אַנטפּלעקן ווי משיח, טראָגט ער אַליין אויך אַ משיחישע מיסיע, אויפֿן סמך פֿון זײַנע נבֿיאיִשע וויזיעס. דער בעל־שם־טובֿ האָט געהאַלטן, אַז אין „ספֿר הצורף‟ שטעקט אַ גרויסע קדושה און גאָר טיפֿע סודות־התּורה, נישט געקוקט אויף דער משיחישער טעטיקייט פֿונעם מחבר. עס קאָן זײַן, אַז די משיחישע אידעען, וואָס שטעקן אין די קאָמפּליצירטע גימטריא־חשבונות פֿונעם „ספֿר־הצורף‟, האָבן ממשותדיק משפּיע געווען אויפֿן טשערנאָבילער און סקווערער חסידות.
אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל האָב איך געטענהט, אַז די פּראָבלעמען אינעם הײַנטיקן שטעטל ניו־סקווער זענען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס אַ סך אָרטיקע תּושבֿים זענען בעצם האַלב־מתנגדים, ווײַט פֿונעם אָריגינעלן חסידישן דרך. ס׳איז מערקווירדיק, אַז די ענגלישע איבערזעצונג פֿון „מאור־עינים‟ האָט אינעם יאָר 1982 אַרויסגעגעבן דער באַקאַנטער קאַטוילישער פֿאַרלאַג Paulist Press.
אין ניו־סקווער פֿאַרנעמט דער דאָזיקער ספֿר גאָר אַ וויכטיק אָרט. אַזוי ווי די חב״דניקעס, וואָס לערנען יעדן טאָג אַ פֿראַגמענט פֿון „תּניא‟, איז בײַ די סקווערער אָנגענומען אַ טאָג־טעגלעכער שיעור פֿון „מאור־עינים‟. ווייניק חסידים לערנען עס אָבער מיט אַן עכטער טיפֿקייט. אַזאַ אינסטיטוציע, ווי דער ליובאַוויטשער „היכל מנחם‟, וווּ מע פֿירט אָפֿנטלעכע סיסטעמאַטישע פֿאָרשונגען פֿון תּורת־החסידות, זענען אין ניו־סקווער נישטאָ. עס באַקומט זיך, אַז די וועלט האָט צום ערשטן מאָל באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט די געדאַנקען פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין בלויז אַ דאַנק די נײַגעריקע קאַטוילישע אַרויסגעבער און דעם נעאָ־חסידישן איבערזעצער, אַרטור גרין — איינער פֿון די שליסל־פֿיגורן אינעם נישט-אָרטאָדאָקסישן „ייִדישער התחדשות‟ (Jewish Renewal).
אַזוי ווי „תּניא‟, איז „מאור עינים‟ אַ טיפֿער פֿילאָסאָפֿיש־מיסטישער אוצר, הגם דער סטיל פֿון די דאָזיקע צוויי קלאַסישע חסידישע ספֿרים שיידט זיך שטאַרק אונטער. פֿונדעסטוועגן, ווי געזאָגט, לאָזן זיי זיך קאָמבינירן מיטן אינטעלעקטואַליזם פֿון חב״ד.
למשל, איצט לייענען מיר אין דער תּורה וועגן דעם, ווי יעקבֿ אָבֿינוס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מצרים. אין צוויי וואָכן אַרום וועלן מיר לייענען וועגן דעם נײַעם פּרעה, וועלכער האָט נישט געקענט יוספֿן און אָנגעהויבן רודפֿן ייִדן. ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער מחלוקת אין גרמא: איז אויפֿן מיצרישן טראָן טאַקע אַרויף אַ נײַער קיניג, אָדער דער זעלבער אַלטער פּרעה האָט פּלוצעם געביטן זײַן באַציִונג צו ייִדן?
„מאור עינים‟ לייזט דאָס דאָזיקע מחלוקת אויף אַ כּמעט פּאָסט־מאָדערניסטישן אָדער כּמו־בודיסטישן אופֿן. דער טעקסט פֿון דער תּורה און די אַרומיקע ווירקלעכקייט קאָן אָפּגעטײַטש ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, צומאָל אינגאַנצן היפּוכדיקע. ווען ייִדן אין מצרים האָבן דערגרייכט אַ געוויסע מדרגה פֿון געטלעכער השׂגה, האָט די גאַנצע וועלט אַרום זיי זיך ממש געביטן. ממילא, איז דער זעלבער קיניג געוואָרן ממש אַ נײַער מענטש. ביידע צדדים פֿונעם גמרא־מחלוקת זענען גערעכט, אָבער זיי קוקן אויף דער וועלט פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן.
דער רבי נחמן בראַצלעווער — וואָס זײַנע ווערק זענען דווקא אין ניו־סקווער שטרענג פֿאַרבאָטן, אָן קיין קלאָרע סיבות — דערקלערט דעם זעלבן ענין אין שײַכות צו תּשובֿה. יעדן טאָג ווערט אַ מענטש אַ נײַע באַשעפֿעניש, וואָס לעבט אין אַ נײַער וועלט. דער ווילעדניקער רבי, וועלכער געהערט יאָ צום סקווערער קאַנאָן, זאָגט אַפֿילו, אַז דער שׂטן אַליין וועט, סוף־כּל־סוף, תּשובֿה טאָן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַגבֿ, אַז דער דאָזיקער מחבר האָט פֿאָרמולירט אַ גאַנצע שיטה פֿון „מיסטישן ייִדישיזם‟, לויט וועלכן ייִדיש שפּילט אַ גרויסע משיחישע ראָלע. ווען ייִדן דרשענען דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, בויען זיי אויף דעם מיסטישן גוף פֿון משיח און ברענגען, צו ביסלעך, די גאולה.
דער ספֿר „אור יצחק‟ פֿון רבי יצחק ראַדווילער איז אויך דורכגעזאַפּט מיטן דינאַמישן גײַסט. פֿאַרן חטא פֿונעם גאָלדענעם קעלבל, האָבן ייִדן נישט געדאַרפֿט קיין פֿיקסירטע נאָרמעס. צוליב דעם חטא, האָט משה רבינו געמוזט אַראָפּברענגען די תּורה אויף דער פֿאַרגרעבטער מדרגה פֿון הלכות און פֿיזישע מיצוות. ווען משיח וועט קומען, וועט די תּורה ווידער אָננעמען אַ ריין־גײַסטיקע פֿאָרעם. קיין גשמיותדיקע קרבנות וועט מען אין דער צוקונפֿט נישט דאַרפֿן, און דער נײַער בית־המיקדש וועט, מסתּמא, זײַן אין דער נשמה פֿון יעדן מענטש. די פּשוטע ייִדישע עסכאַטאָלאָגיע, מיטן קיבוץ־גלויות און דעם נײַעם בית־המיקדש, האָט דער מחבר פֿאַקטיש אָפּגעלייקנט לטובֿת אַ ריין־גײַסטיקער גאולה־אוטאָפּיע.
דער ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟, אַן אַנדער קאַנאָנישער ספֿר אין דער סקווערער טראַדיציע, הייבט זיך אָן מיט אַ ראַדיקאַלן אָפּטײַטש פֿון מעשׂה־בראשית. לויטן באַקאַנטן מדרש, איז די ערד באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן נישט פֿאָלגן דעם אייבערשטן, וועלכער האָט געהייסן צו פּראָדוצירן ביימער, וואָס זאָלן האָבן דעם זעלבן טעם, ווי די פּירות. די געטלעכע „ארץ העליונה‟, ספֿירת־הבינה, איז אָבער באַגאַנגען אַן עבֿירה לשם־שמים און עס האָט זיך באַקומען אַ וועלט, וווּ רוחניות קומט אַמאָל אין סתּירה מיט גשמיות.
דער אייבערשטער אַליין האָט, כּבֿיבול, געזינדיקט, כּדי צו שאַפֿן אַ דינאַמישע וועלט, וווּ אַ זינדיקער מענטש איז קיינמאָל נישט פֿאַרפֿאַלן. דער אַפּטער רבֿ דערקלערט ווײַטער, אַז צוליב דעם ווערט חוה אָנגערופֿן „די מוטער פֿון אַלץ, וואָס לעבט‟ („אם כּל חי‟). דווקא צוליב דעם, וואָס דער מענטש האָט פֿאַרזוכט די פֿאַרבאָטענע פּרי, געפֿאַלן און דערנאָך תּשובֿה געטאָן, קאָנען מיר דערגרייכן אַ העכערע מדרגה אין רוחניות. עס באַקומט זיך, אַז די גאַנצע וועלט איז געשאַפֿן געוואָרן דווקא צוליב בעל־תּשובֿות.
דער דערמאָנטער ספֿר „בת עין‟ הייבט זיך אויך אָן מיט אַן ענלעכער טעמע. דער מחבר דערקלערט, אַז משה רבינו האָט צעבראָכן די ערשטע לוחות, ווײַל אַזוי האָט דער באַשעפֿער פֿון אָנהייב אָן פּלאַנירט, כּדי מע זאָל אים געפֿינען אויך אין כאַאָס און חושך.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער עלעמענט פֿונעם אָריגינעלן טשערנאָבילער חסידות זענען טיפֿע מעדיטאַציעס — למשל, די קאָמפּליצירטע כּוונות, וואָס רב מאָטעלע האָט רעקאָמענדירט צו האָבן אין זינען, ווען מע טובֿלט זיך אין מיקווה. אַזוי ווי רבי נחמן, האָט ער אויך געגעבן אַן עצה צו פֿאַרנעמען זיך כּסדר מיט התבודדות.
ווען איך האָב געפֿונען אין רוסלאַנד אַן אַלטן „מאור עינים‟ און זיך דערוווּסט, אַז דאָס טשערנאָבילער חסידות איז געווען אַמאָל אַ קלאַסישע „אַלטערנאַטיוו‟ צו חב״ד און בראַצלעוו, האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז ניו־סקווער מוז זײַן אַ דינאַמיש אָרט, וווּ דער עולם פֿירט טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס, פֿאַרנעמט זיך מיט מעדיטאַציעס און, אַוודאי, נעמט אָן בעל־תּשובֿות מיטן ברייטן האַרץ. למעשׂה, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס שטעטל באַגרינדעט אויף פֿאַרגליווערטע צווייפֿלהאַפֿטיקע אַלטע תּקנות און געפֿינט זיך אין וואַרעמע באַציִונגען דווקא מיט די לייקוווּדער מתנגדים, און נישט מיט די בראַצלעווער צי ליובאַוויטשער. פֿאַר בעל־תּשובֿות איז דאָרט פֿאַקטיש נישטאָ קיין אָרט, הגם צײַטווײַליקע געסט באַגריסט מען זייער ברייטהאַרציק.
הגם ווייניק הײַנטיקע סקווערער זענען „פֿאַרקאָכט‟ אין קבלה און תּורת־החסידות, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס הײַנטיקע שטעטל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „סקלאַד‟ פֿון רוחניות. אַנשטאָט צו פּאָסמאַקעווען די פּאַסקודנע מעשׂים פֿון געוויסע יחידים און חוזק צו מאַכן פֿון די פֿאַקטיש מתנגדישע פֿאַרגליווערטע קהילה־כּללים פֿון ניו־סקווער, איז כּדאַי פֿאַר די קריטיקער זיך בעסער צו באַקענען מיט די רײַכע און טיפֿע אוצרות פֿון דער דאָזיקער חסידישער גרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.