אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך דערציילט וועגן מײַן פּערזענלעכן אינטערעס צו דער חסידישער טראַדיציע, וואָס שטאַמט פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין, מנחם־נחום טווערסקי, און ווערט הײַנט רעפּרעזענטירט אינעם שטעטל ניו־סקווער לעבן ניו־יאָרק.
ס׳רובֿ חסידישע טראַדיציעס זענען באַגרינדעט געוואָרן דורך פֿאַרשיידענע תּלמידים פֿונעם מעזשריטשער מגיד, דער עיקר־תּלמיד פֿונעם בעל־שם־טובֿ. דער ערשטער טשערנאָבילער רבי (1730—1781), דער מחבר פֿונעם ספֿר „מאור עינים‟, האָט זיך געלערנט סײַ בײַם הייליקן בעל־שם אַליין, סײַ בײַם מגיד. דערפֿאַר פֿאַרנעמט זײַן שיטה אַן אוניקאַל אָרט אויפֿן צעצווײַגטן „בוים‟ פֿון די חסידישע דרכים.
דער זון פֿון מנחם־נחום טווערסקי, רבי מרדכי אָדער „רב מאָטעלע‟ טשערנאָבילער, האָט איבערגעלאָזט דעם קליינעם ספֿר „ליקוטי תּורה‟ און אַכט זין; יעדער פֿון זיי האָט געגרינדעט אַן אייגענעם חסידישן הויף: אין טשערנאָביל, קאָריסטשעוו, טשערקאַס, מאַקאַראָוו, טריסק, טאָלנע, סקווער און ראַכמיסטריווקע. זײַן תּלמיד, רבי ישׂראל־דובֿ־בער ווילעדניקער, האָט אָנגעשריבן דעם גאָר טיפֿן ספֿר „שארית ישׂראל‟, וווּ די טשערנאָבילער תּורה ווערט אָרגאַניש צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן חב״ד־חסידות.
אויף אַן אַנדער אופֿן האָט די דאָזיקע צוויי שיטות קאָמבינירט דער האָרנאָסטײַפּלער רבי, מרדכי־דובֿ טווערסקי, אַן אייניקל פֿון רב מאָטל. זײַן אוראייניקל, רבי אַבֿרהם טווערסקי, איז אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּסיכיאַטאָר און אַ מחבר פֿון צענדליקער ביכער אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט פּסיכאָלאָגיש־אָריענטירטע תּורה־פּירושים.
די ערשטע פֿרוי פֿונעם ערשטן סקווערער רבין, דער זיבעטער זון פֿון רב מאָטעלע, איז געווען אַן אייניקל פֿונעם אַפּטער רבֿ, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟, און פֿון רבי יצחק ראַדווילער, וואָס זײַן ווערק „אור יצחק‟ האָט אַ זעלטענעם ראַדיקאַל־מיסטישן טעם. די דאָזיקע ספֿרים, ווי אויך די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע „מאור עינימס‟ אייניקלעך, בלײַבן פּאָפּולער אין ניו־סקווער און ווערן באַטראַכט ווי יסודותדיקע ספֿרי־חסידות. אַן אַנדער פּאָפּולערער ספֿר הייסט „בת עין‟; דער מחבר, רבי אַבֿרהם־דובֿ אָווריטשער, איז געווען אַ תּלמיד פֿון „מאור עינים‟.
ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז, לויט דער סקווערער מסורה, האָט דער גרינדער פֿון זייער דינאַסטיע באַקומען בירושה דעם קאָנטראָווערסאַלן כּתבֿ־יד פֿונעם „ספֿר־הצורף‟ מיט פּערזענלעכע באַמערקונגען פֿונעם בעל־שם־טובֿ. דער מחבר, יהושע־העשל צורף, איז געווען אַ גרויסער ליטוויטשער מקובל, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז אינעם יאָר 1666, ווען אַ סך ייִדן האָבן געהאָפֿט, אַז שבתי צבֿי וועט זיך אַנטפּלעקן ווי משיח, טראָגט ער אַליין אויך אַ משיחישע מיסיע, אויפֿן סמך פֿון זײַנע נבֿיאיִשע וויזיעס. דער בעל־שם־טובֿ האָט געהאַלטן, אַז אין „ספֿר הצורף‟ שטעקט אַ גרויסע קדושה און גאָר טיפֿע סודות־התּורה, נישט געקוקט אויף דער משיחישער טעטיקייט פֿונעם מחבר. עס קאָן זײַן, אַז די משיחישע אידעען, וואָס שטעקן אין די קאָמפּליצירטע גימטריא־חשבונות פֿונעם „ספֿר־הצורף‟, האָבן ממשותדיק משפּיע געווען אויפֿן טשערנאָבילער און סקווערער חסידות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.