קיין טאָג גייט דורך אָן באַאומרויִקנדיקע נײַעס פֿון רוסלאַנד און אַרום רוסלאַנד. די עקאָנאָמיע ווײַזט דאָרטן אַלץ נײַע סימנים פֿון ערנסטע — ווי אויך זייער ערנסטע — פּראָבלעמען. הגם וולאַדימיר פּוטין האָט אַנומלטן צוגעזאָגט זײַן פֿאָלק, אַז מע דאַרף ניט דאגהנען, ווײַל אַלץ וועט זיך כּלומרשט אויססדרן אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר, טענהן חכמים־מופֿלגים (די וואָס פֿאַרשייען אין עקאָנאָמיע), אַז מע דאַרף יאָ דאגהנהן און זיך צוגרייטן צו אַ סך מער שווערע יאָרן.
בינו־לבינו, וואַקסט די איזאָלאַציע פֿון רוסלאַנד. אַפֿילו די נאָענטסטע פֿרײַנד, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, פֿירן זיך אויף ניט אין גאַנצן אַזוי, ווי מע וואָלט געוואָלט עס זען אין מאָסקווע. ביידע פּרעזידענטן האָבן זיך לעצטנס אַרײַנגעכאַפּט קיין קיִעוו, כּדי ווײַזן אַז זיי זײַנען לחלוטין ניט איינשטימיק מיט פּוטינען. בעת רוסלאַנד שיקט הומאַניטאַרע הילף דירעקט אין די צוויי כּמו־אומאָפּהענגיקע „רעפּובליקן‟ אין מיזרח־אוקראַיִנע, קלײַבט זיך קאַזאַכסטאַן צו טאָן אַנדערש — דווקא דורך קיִעוו. מיט אַנדערע ווערטער, סײַ ווײַסרוסלאַנד, סײַ קאַזאַכסטאַן לאַכן זיך אויס פֿון דער רוסושער פּראָפּאַגאַנדע, וועלכע מאָלט די אוקראַיִנישע רעגירונג ווי אַ פֿאַשיסטישע מאַריאָנעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ס’איז ניט קלאָר, וואָס איז מער ניט צום האַרצן דעם ווײַסרוסישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ און זײַן קאָזאַכישן קאָלעגע נורסולטאַן נאַזאַרבײַעוו — אידעאָלאָגיע צי עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד. דאָס קדחת, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם רוסישן רובל, וואַרפֿט זיך אַריבער צו די שכנים, וועלכע זײַנען ענג פֿאַרבונדן אין דעם עקאָנאָמישן פֿאַראיין, צוליב וועלכן עס האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרקאָכט די גאַנצע מעשׂה מיט אוקראַיִנע. רוסלאַנד האָט געוואָלט זען אוקראַיִנע אין דעם דאָזיקן פֿאַראיין, אָבער די איבערקערעניש אין קיִעוו האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט, וועלכער איז שוין גרייט געווען אונטערצושרײַבן אַזאַ אָפּמאַך.
אַ ממשותדיקן אָפּקלאַנג פֿון די געשעענישן אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע פֿילט מען ניט נאָר בײַ די נאָענטע שכנים. ישׁראל איז צווישן די לענדער, וווּ די עקאָנאָמיע האָט באַקומען אַ שטאַרקן קלאַפּ. ישׂראל האָט דאָך ענגע עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד. אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם האַנדל שפּילט די ישׂראלדיקע לאַנדווירטשאַפֿט, וואָס פֿאַרקויפֿט כּלערליי פּראָדוקטן. ישׁראלדיקע קאַרטאָפֿליעס האָבן געפֿונען אין רוסלאַנד אַ באַזונדערס גוטן מאַרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.