קאָרעספּאָנדענט: שלום־עליכם, אײַך, שפּראַך „ייִדיש‟.
ייִדיש: עליכם־שלום, גאָט העלף, אַ גוט-אָוונט…
קאָרעספּאָנדענט: ווי אַזוי פֿילט איר זיך, הײַנט, אין 21סטן יאָרהונדערט?
ייִדיש: כ’לעב נאָך, כ’בין נאָך דאָ, כ’עקזיסטיר! מײַנע שׂונאים וועלן זיך ניט דערוואַרטן, אַז איך זאָל אויסגיין, אויפֿהערן צו זײַן, פֿאַרגיין אין דער אייביקייט…
קאָרעספּאָנדענט: דערציילט אַ ביסל וועגן זיך.
ייִדיש: כ’דאַרף אײַך זאָגן, אַז איך בין שוין ניט קיין ייִנגעלע — מער ווי טויזנט יאָר אַלט. געבוירן בין איך בײַ די טײַכן פֿון ריין און מאָזעל, אויף דײַטשישער ערד, אין דער געגנט, וואָס ייִדן האָבן גערופֿן לותּיר און וווּ מע האָט די דאָזיקע ייִדן גערופֿן אַשכּנז. מײַן טאַטע איז געווען די שטרענגע דײַטשישע שפּראַך, די מאַמע — לשון־קודש. איך בין געבוירן געוואָרן מיט אַ „וויידל‟, מיט אַ „קאָדקעלע‟ — דאָס איז געווען דער לשון־קודשדיקער ראָמאַנישער דיאַלעקט. צי ווייסט איר, למשל, אַז די ווערטער: בענטשן, דאַווענען, טשאָלנט, פֿאַטשיילע… און די נעמען: יענטע, שפּרינצע, אַנשל — געהערן צו דעם דאָזיקן „וויידעלע‟, צו דעם דאָזיקן דיאַלעקט?
קאָרעספּאָנדענט: כ’בין ניט קיין גרויסער מומחה אין ייִדיש, און וואָס איז געווען ווײַטער?
ייִדיש: מ’האָט אָנגעהויבן פֿאַראייניקן, צונויפֿשמעלצן, פֿאַרייִדישן לשון־קודשדיקע ווערטער מיט דײַטשישע, און עס זײַנען געבוירן געוואָרן שוין ריין ייִדישע אויסדרוקן — „חתונה האָבן‟, „גטן זיך‟, „הנאה האָבן‟, „מכבֿד זײַן‟, „שעפּן נחת‟ אאַז”וו. פֿונעם יאָר 1200 הייבט זיך אָן אַנטוויקלען די ליטעראַטור אויף דער נײַער שפּראַך; פּורים־שפּילן אויף עבֿרי־טײַטש, און ווײַטער: שפּילמאַנען, „אַרטור־ראָמאַן‟, „שמואל־בוך‟, „מעשׂה־בוך‟, משלים־ביכער, „תּחינות‟, „צאינה־וראינה‟…
קאָרעספּאָנדענט: דערציילט, ביטע, וועגן אײַער נאָמען.
ייִדיש: אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָט זיך מײַן נאָמען געביטן ניט איין מאָל: לשון־אַשכּנז, עבֿרי־טײַטש, ייִדיש־טײַטש, זשאַרגאָן, פֿאָלקסשפּראַך… — ייִדיש. דער קלאַסיקער שלום־עליכם האָט אויף לינקס און אויף רעכטס גערופֿן מיך „פֿאָלקסשפּראַך‟ און אויך זשאַרגאָן. דאָ וויל איך זיך אָפּווענדן און צוגעבן אָט וואָס. ווען איך בין, מיט טויזנט יאָר צוריק געבוירן געוואָרן, זײַנען כּמעט אין דער זעלבער צײַט מיט מיר אין איינעם אויפֿגעקומען די וויכטיקסטע אייראָפּעיִשע שפּראַכן: איטאַליעניש, שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, ענגליש… צי ווייסט איר די ערשטע נעמען פֿון די אָנגערופֿענע שפּראַכן? איטאַליעניש — latino volgare (לאַטײַן פֿונעם פּשוטן פֿאָלק); פֿראַנצייזיש — lingua romana lingua rustika (דאָרפֿישע ראָמאַנישע שפּראַך); שפּאַניש — rusticus sermo (דאָרפֿס־שפּראַך). דאַנטע האָט אָנגעשריבן זײַן „געטלעכע קאָמעדיע‟ אויף איטאַליעניש, דעמאָלט דער זשאַרגאָן פֿון לאַטײַן, און האָט זיך ניט געשעמט, נאָר שטאָלצירט מיט זײַן שפּראַך; ער האָט ניט געהאַלטן, אַז לאַטײַן איז אַ „געטלעך לשון‟, און איטאַליעניש איז די שפּראַך פֿון אַ צווייטן סאָרט. דער טאַטע פֿון דער ענגלישער דיכטונג דזשעפֿרי טשאָסער (Geoffrey Chaucer) האָט גערופֿן אין 14טן יאָרהונדערט די שפּראַך, וואָס איז שפּעטער געוואָרן ענגליש — „oure longue‟ (אונדזער שפּראַך). נאָך פֿאַרן מיטל־עלטער איז איטאַליעניש געווען איטאַליעניש, פֿראַנצייזיש — פֿראַנצייזיש… און די ייִדישע שרײַבער האָבן נאָך אין 19טן און אַפֿילו אין 20סטן געהאַלטן אין איין איבערחזרן: „פֿאָלקסשפּראַך‟, „זשאַרגאָן‟… ווען עמעצער פֿון די ייִדישע קלאַסיקער שרײַבט אָן אַ „געטלעכע קאָמעדיע‟, וואָלט אים אין קאָפּ אַרײַן ניט געקומען מיך אָנצורופֿן — „זשאַרגאָן‟, „פֿאָלקסשפּראַך‟… אַנטשולדיקט מיך, כ’האָב זיך אַ ביסל צעהיצט.
קאָרעספּאָנדענט: קלאָר, אָבער לאָמיר גייען ווײַטער.
ייִדיש: נאָכן 16טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן דערגרייכט די סלאַווישע לענדער. מ’האָט אָנגעהויבן צונויפֿשמעלצן סלאַווישע ווערטער מיט לשון־קודש־ווערטער, מיט דײַטשישע. ס’האָט זיך אָנגעצונדן דאָס פֿײַערל אויפֿן „פּריפּעטשיק‟. די מיידלעך אין זייערע לידער האָבן אָנגעהויבן נוצן ווער „טאַטעשי, מאַמעשי‟ און ווער „טאַטעניו, מאַמעניו‟. נײַע ווערטער: גאָטעניו, באָבע, זיידע, תּמעוואַטע… נײַע אויסדרוקן: „דולן אַ ספּאָדיק‟, „האַקן אַ טשײַניק‟… אין מיר האָבן זיך אַרײַנגעגאָסן פֿרישע בלוטן, איך בין ווידער אַ מאָל געוואָרן יונג און מיט נײַע כּוחות אַרײַנגעקומען אינעם 19טן און אין 20סטן יאָרהונדערט. ס’האָט זיך אָנגעהויבן די תּקופֿה פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור…
קאָרעספּאָנדענט: זײַט מיר מוחל, וואָס איך שלאָג אײַך איבער, נאָר כ’וויל באַווײַזן אײַך צו פֿרעגן נאָך אַ סך זאַכן. לאָמיר טאַקע איבערגיין צו ליטעראַטור און צו ייִדישע שרײַבער. זאָלן מיר אָנהייבן פֿון שמ”רן…
ייִדיש: כ’וויל זאָגן, אַז שמ”רן האָב איך, דווקא, ליב געהאַט. ער האָט אָנגעשריבן מער ווי הונדערט ראָמאַנען, און ניט געהאַט קיין צײַט צו טראַכטן, אַז ער שרײַבט אויף „זשאַרגאָן‟, אויף אַ „פֿאָלקשפּראַך‟… ער האָט פֿאַרזייט דאָס פֿעלד, אויף וועלכן ס’זענען אויסגעוואַקסן שלום־עליכמס און ניט נאָר שלום־עליכמס לייענער…
קאָרעספּאָנדענט: צי קאָנען מיר זאָגן, אַז די צײַט, ווען עס האָבן געלעבט און געשאַפֿן די דרײַ קלאַסיקער, איז די „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור?
ייִדיש (פֿאַרטראַכט זיך): איך וואָלט עס ניט געזאָגט. פֿאַר זיי, פֿאַר מענדעלען, פּרצן און שלום־עליכמען איז גאָלד געווען העברעיִש און די העברעיִשע ליטעראַטור! און ייִדיש — אַ ביסל ביליקער, אַ קלענערער סאָרט. מענדעלע האָט אויפֿן פֿײַערלעכן אָוונט, געווידמעט זײַן 75סטן יובֿל געזאָגט, אַז ער האָט אַ יום־טובֿדיק קלייד, וועלעכס ער, מענדעלע, היט זייער אָפּ און סטאַרעט זיך, אַז קיין שטויבעלע, קיין פֿעדערל זאָל אויף איר ניט פֿאַלן. עס הענגט די קלייד זײַנע אין דעם סאַמע בכּבֿודיקן ווינקל פֿון דער שאַפֿע, און ער טוט עס אָן בלויז אויף יום־טובֿים. דאָס קלייד איז — העברעיִש. און אויף יעדן טאָג האָט ער אַ פּשוט קלייד, דאָס איז ייִדיש… מילא… דאָך, וויל איך אויסטיילן י. ל. פּרצן, וועלכער האָט אָנטייל גענומען אין דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, ער האָט צוגעגעבן דער קאָנפֿערענץ און די באַשטימונגען אַ געוויסע וואָגיקייט. ער האָט געשטימט פֿאַר דעם, אַז ייִדיש איז איינע פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אים האָט געסטײַעט דרייסטקייט צו דעקלאַרירן אויף דער קאָנפֿערענץ, אַז „אָן העברעיִש האָט דאָס פֿאָלק נישט קיין פֿאַרגאַנגענהייט, אָן ייִדיש האָבן מיר קיין פֿאָלק נישט…‟ פּרץ האָט געטראַכט וועגן מײַן צוקונפֿט. ער האָט געהאַט תּלמידים און חסידים. אַגבֿ, פּרצעס געדאַנק וועגן ייִדיש און פֿאָלק האָט שפּעטער אַנטוויקלט אַבֿרהם גאָלאָמב, זאָגנדיק וועגן מיר: „אָן דער אָרגאַנישער שפּראַך פֿון פֿאָלק איז זייער שווער צו זײַן אַן אָרגאַניש קינד פֿון פֿאָלק‟. און נאָך: „מיר פֿאַרלירן ייִדיש לשון — פֿאַרלירן מיר נישט קיין שפּראַך; דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿאַרלירן מיר‟. און שוין דער ישׂראלער מרדכי צאַנין האָט באַטאָנט: „מיר זענען איצט אַ פֿאָלק אָן אַ שפּראַך, און מיר האָבן אַ שפּראַך אָן אַ פֿאָלק‟… נאָר, לאָמיר וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור רעדן אַ צווייט מאָל, כ’וועל אײַך געבן נאָך אַן אינטערוויו.
קאָרעספּאָנדענט: מיר דאַרפֿן פֿאַרענדיקן. נאָך איין פֿראַגע…
ייִדיש: איר זאָלט מיך נאָר ניט פֿרעגן, וואָס ס’וועט זײַן מיט מיר, מיט ייִדיש, הייסט עס, ווײַטער. דאָס איז פֿאַר מיר אַן אייביקער תּיקו! נאָר איך בין אַן אָפּטימיסט! צום סוף וואָלט איך זיך געוואָלט ווענדן צו די, וואָס לערנען מיט סטודענטן, מיט אָנטיילנעמער פֿון פֿאַרשיידענע קורסן און סעמינאַרן: לערנט מיט אײַערע תּלמידים ניט בלויז די שפּראַך ייִדיש; לערנט זיי אויך ליב צו האָבן ייִדיש. זאָלן זיי לערנען ייִדיש ניט ווי אַן אויסלענדישע שפּראַך, נאָר ווי אַ שפּראַך פֿון אַ ייִדישער נשמה, אַ שפּראַך פֿון דעם פֿאָלקס נשמה! לערנט זיי מיט האַרץ און געפֿיל! צעבלאָזט אין זיי דאָס פֿײַערל „ייִדיש‟! און גלייבט אַליין אין דער גרויסקייט פֿון מאַמע־לשון און אין איר אומשטערבלעכקייט, אַ ניט וועט די גאַנצע אַרבעט אײַערע טויגן אויף כּפּרות!…
קאָרעספּאָנדענט: אויב איך האָב אײַך ריכטיק פֿאַרשטאַנען, ווילט איר זאָגן: „האָט ליב ייִדיש מער ווי דאָס ביסל געלט, וואָס דרייט זיך אַרום ייִדיש!‟ מיר וועלן פֿאַרענדיקן. אַ דאַנק פֿאַרן אינטערוויו! כ’וויל אײַך ווינטשן אין נײַעם קאַלענדאַר־יאָר 2015 אַ סך דערפֿאָלגן, נײַע אָנהייבן…
ייִדיש: איך וויל צוגעבן, אַז אין 2015, ווערט 100 יאָר נאָך י. ל. פּרצעס פּטירה. זאָל זײַן דער מאָטאָ פֿון אַלע ייִדישע לימודים, סעמינאַרן, קורסן אין דעם קומענדיקן יאָר: „ייִדיש איז איינע פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟. דאָס וועט זײַן דער בעסטער קדיש נאָך אונדזער קלאַסיקער י. ל. פּרצן! און, פֿאַרשטייט זיך, לייענט זײַנע ווערק! ווי עס האָט געשריבן שמואל ניגער וועגן פּרצן: „ער איז ניט געווען, ווי מענדעלע אָדער שלום־עליכם, אַ שניטער אויפֿן סוף־זומערדיקן פֿעלד, נאָר אַן אַקערער און אַ זייער אין אָנהייב פֿרילינג…‟ איז חשובֿע לייענער, זאָלן מיר זײַן אין יאָר 2015 זייערס! זייערס פֿונעם וואָרט אויף ייִדיש אין אָנהייב פֿון אַ נײַעם פֿרילינג!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.