אין אַפּריל 1955, בעת די ישׂראלדיקע פֿײַערונגען לכּבֿוד יום־העצמאות, האָט פּרעמיער דוד בן־גוריון דערקלערט: „די צוקונפֿט פֿון דער מדינה געווענדט זיך נישט אין דעם וואָס ׳די גויים׳ זאָגן, נאָר אין דעם וואָס די ייִדן טוען.‟
אפֿשר איז דאָס דעמאָלט טאַקע אמת געווען, אָבער די הײַנטיקע רעאַליטעט איז גאָר אַן אַנדערע. די וועלט איז הײַנט געקניפּט־און־געבונדן. לענדער זענען אָפּהענגיק איינס פֿונעם אַנדערן וואָס שייך דער בערזע, קרעדיט, רוי-שטאָף, רעכט צו לאַנדן עראָפּלאַנען, אאַז״וו. יעדעס לאַנד קאָן באַדראָט ווערן פֿון ווירוסן און באַקטעריעס פֿון אַנדערע לענדער. אַ שלעכט ווייץ־גערעטעניש אין רוסלאַנד קאָן גורם זײַן אַ רעוואָלוציע אין טוניזיע און אַ פּוטש פֿון אַ רעזשים אין עגיפּטן.
דער גרעסטער גלאָבאַלער כּוח איז הײַנט דער פּרײַז פֿון נאַפֿט. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע זעקס חדשים האָט דער פּרײַז דורכגעמאַכט איינע פֿון די גרעסטע ענדערונגען אין די לעצטע צענדליקער יאָרן. אין יוני איז עס געווען $114 אַ פֿאַס, און אין מיטן דעצעמבער — $59 אַ פֿאַס. פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דאָס אַ גרויס געווינס, אָבער פֿאַרן רוסישן רובל — אַ ריזיקער קלאַפּ. ס׳האָט אויך שטאַרק געשטערט דער איראַנישער עקאָנאָמיע, וואָס האָט שוין פֿון פֿריִער געליטן פֿון די סאַנקציעס קעגן איר.
די סיבה פֿון דער שטאַרקער ירידה פֿונעם פּרײַז איז די איבערפּראָדוקציע פֿון נאַפֿט איבער דער וועלט. געוויינטלעך, ווען עס געפֿינט זיך אַן עודף פֿון נאַפֿט, און די פּרײַזן הייבן אָן שטאַרק צו פֿאַלן, שנײַדט OPEC די פּראָדוקציע. אָבער סאַודיע, וואָס פֿירט דאָס רעדל בײַ OPEC, האָט דאָס מאָל נישט פֿאַרקלענערט די קוואָטעס און במילא דערלויבט דעם פּרײַז פֿון נאַפֿט צו פֿאַלן. מסתּמא, האָפֿן די סאַודיער, אַז אַ טייל פֿון די אַמעריקאַנער פּראָדוצירער וועלן באַנקראָטירן צוליב די שטאַרק־נידעריקע פּרײַזן.
דער עודף פֿון נאַפֿט איז אַ גרויסע מעלה פֿאַר פּרעזידענט אָבאַמאַ. אַז מע נעמט אין באַטראַכט די גוטע לעצטע נײַעס וועגן דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע; דעם רוסישן צוזאַמענבראָך, און די סימנים פֿון איראַנישער בייגעוודיקייט אויפֿן נוקלעאַרן פֿראָנט, זעט אויס, ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט מער פּאָליטישע הצלחה הײַנט ווי ער האָט שוין חדשים, און אַפֿילו יאָרן לאַנג נישט געהאַט.
די גרעסטע פֿאַרשפּילער פֿון דעם אַלעם זענען דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, דער איראַנישער אַיאַטאָלאַ כאַמעניי, און אַנדערע „פּעטראָ־טיראַנען‟ ווי דער ווענעזועלער ניקאָלאַס מאַדוראָ.
ירושלים וועט אָבער מסתּמא אויך לײַדן דערפֿון. דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַטישער און זיכערהייט־מצבֿ מאַכן איצט דורך שטאַרקע ענדערונגען, צוליב דער פּאַלעסטינער קאַמפּאַניע בײַ דער „יו־ען‟ צו ווערן אָנערקענט ווי אַ מדינה; צוליב דער נײַער בלוט־פֿאַרגיסונג אויפֿן מערבֿ־ברעג; און צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער בויקאָט־און־סאַנקציעס באַוועגונג, און דעם שטײַגנדיקן אומגעדולד מצד אייראָפּע, וואָס איז עד־היום ישׂראלס וויכטיקסטער האַנדל־פּאַרטנער.
די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע באַמיט זיך נישט צו דריקן מער אויף ישׂראל ביז נאָך די כּנסת־וואַלן דעם 17טן מאַרץ. נאָך יענער דאַטע וועט מען אָבער מער נישט קענען אײַנצאַמען די פּאַלעסטינער אָדער די אייראָפּעער. בקיצור, ירושלים ווערט איצט ערנסט באַדראָט פֿון אַ „דיפּלאָמאַטישער צונאַמי‟, ווי עס האָט לעצטנס באַמערקט דער נײַסטער שותּף צום שלום־לאַגער — דער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן.
דעם 23סטן דעצעמבער, בעת אַ געשלאָסענער געשעפֿט־זיצונג אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט ליבערמאַן דערקלערט, אַז ישׂראל מוז זיך אָנכאַפּן פֿאַר דער געלעגנהייט פֿון אַ דיפּלאָמאַטישער איניציאַטיוו, איידער ס׳וועט אויסברעכן דער שטורעם. אויב נישט, האָט ער געזאָגט, קאָן ישׂראל נאָך, חלילה, האָבן דעם זעלבן גורל ווי רוסלאַנד: אָפּגעזונדערט, באַשטראָפֿט מיט סאַנקציעס, און עקאָנאָמיש צעקלאַפּט.
ליבערמאַן לייגט פֿאָר „אַ רעגיאָנאַלן שלום־אָפּמאַך‟. מיט אַנדערע ווערטער, אַן אויסגלײַך מיט די פּאַלעסטינער, וואָס ווערט געשטיצט דורך די סאַודיער און דער „אַראַבישער ליגע‟ — בערך דער זעלבער פּלאַן, וועגן וועלכן יאיר לפּיד, ציפּי ליבֿני און אַ צאָל געוועזענע גענעראַלן, דירעקטאָרן פֿונעם „מוסד‟, „שין־בית‟ און דער ישׂראלדיקער פּאָליציי טענהן שוין פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אָן.
אַזוי לאַנג ווי נתניהו אַמטירט ווי דער פּרעמיער, וועט ער טאָן אַלץ אָפּצוּווענדן אַזאַ שלום־איניציאַטיוו. ער וועט מאָביליזירן אַן אַרמיי פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זאָלן פֿאָדערן בײַ דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע צו לאָזן ישׂראל צו־רו. די אָרגאַניזאַציעס וועלן מיט חשק דורכפֿירן נתניהוס שליחות, ווי תּמיד. און אויב נתניהו וועט אין מאַרץ ווידער דערוויילט ווערן, וועלן זיי עס ווײַטער טאָן חדשים לאַנג. אויב אָבער נתניהו פֿאַרשפּילט, וועט אַרײַנקומען אַ נײַע ישׂראלדיקע רעגירונג, וואָס וועט תּיכּף אויסדריקן שטיצע פֿאַרן שלום־איניציאַטיוו; דערבײַ וועלן נתניהוס פֿרײַנד דאָ אין אַמעריקע אויסזען ווי קעלבלעך.
דעמאָלט וועט שוין נישט אויסמאַכן, וואָס די ייִדן וועלן זאָגן. דער עיקר וועט זײַן — וואָס די אַנדערע לענדער וועלן טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.