אַראַבישע ייִדן שטאָלצירן מיט זייער קולטור

Arab Jews Display Pride in Their Culture

די מאַראָקאַנער־ישׂראלדיקע זינגערין נטע אלקיים
Courtesy of Neta Elkayam
די מאַראָקאַנער־ישׂראלדיקע זינגערין נטע אלקיים

פֿון סיגל סעמיועל (Forward)

Published December 31, 2014, issue of January 23, 2015.

ווי אַ שרײַבערין פֿון אַראַביש־ייִדישן אָפּשטאַם (מײַן משפּחה קומט פֿון מאַראָקאָ, אינדיע און איראַק), בין איך איבערראַשט און גאָר צופֿרידן, וואָס אינעם יאָר 2014 האָט זיך בײַ די אַראַבישע ייִדן אין אַמעריקע צעבליט אַן אינטערעס אין זייער אייגענער קולטור — ליטעראַטור, מוזיק און מאכלים. ס’איז מיר אויך אַ חידוש, וואָס קיינער רעדט נאָך נישט וועגן דעם.

אין זײַן נײַעם ראָמאַן “Monastery”, שילדערט עדואַרדאָ האַלפֿאָן אַ טראַגיקאָמישן העלד, וועלכער מײַדט אויס זײַן אַראַבישע אידענטיטעט צווישן ייִדן, און זײַן ייִדישן אָפּשטאַם — ווען ער רעדט מיט די אַראַבער.

עס זענען הײַיאָר אויך פּובליקירט געוואָרן צוויי אַקאַדעמישע בענד: סײַ ליטל [ליטאַל] לוויס Poetic Trespass, סײַ ליאורה האַלפּערינס Babel in Zion טענהן, אַז אַ סך ייִדן האָבן אַמאָל זיך אויסגעלעבט פּונקט אַזוי גוט אויף אַראַביש ווי אויף העברעיִש. די ערשטע ציוניסטן האָבן טאַקע געפּרוּווט מאַכן אַן אונטערשייד צווישן די פּאַלעסטינער און ייִדן דורך באַצייכענען אַראַביש ווי „זייער‟ לשון, און העברעיִש ווי „אונדזערס‟, אָבער מע קען נישט לייקענען די ממושתדיקע השפּעה פֿון אַראַביש אויף משפּחות ווי מײַנע, וועלכע האָבן הונדערטער יאָרן לאַנג געשמועסט, זיך געלערנט און געזונגען אויף אַראַביש.

אַ טייל יונגע ייִדישע מוזיקער באַמיִען זיך איצט אויפֿצוהאַלטן זעלטענע ווידעאָ־ און אַודיאָ־אָפּשניטן פֿון דער אַראַביש־ייִדישער קולטור. רעגינע באַשאַ, למשל, זאַמלט איראַקישע ייִדישע מוזיק ווי אַ טייל פֿון איר אַרכיוו־פּראָיעקט, Tuning Baghdad. אַנדערע, ווי די מאַראָקאַנער־ישׂראלדיקע זינגערין נטע אלקיים, דערפֿרישן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון אונדזערע באָבע־זיידעס לויטן נוסח פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. אלקיים איז דערצויגן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ און רעדט, אַוודאי, פֿליסיק העברעיִש, אָבער זינגען זינגט זי אויף מאַראָקאַיִט, דער אַראַבישער דיאַליקט פֿון אירע באָבע־זיידע (און אויך מײַנע).