ווי אַ שרײַבערין פֿון אַראַביש־ייִדישן אָפּשטאַם (מײַן משפּחה קומט פֿון מאַראָקאָ, אינדיע און איראַק), בין איך איבערראַשט און גאָר צופֿרידן, וואָס אינעם יאָר 2014 האָט זיך בײַ די אַראַבישע ייִדן אין אַמעריקע צעבליט אַן אינטערעס אין זייער אייגענער קולטור — ליטעראַטור, מוזיק און מאכלים. ס’איז מיר אויך אַ חידוש, וואָס קיינער רעדט נאָך נישט וועגן דעם.
אין זײַן נײַעם ראָמאַן “Monastery”, שילדערט עדואַרדאָ האַלפֿאָן אַ טראַגיקאָמישן העלד, וועלכער מײַדט אויס זײַן אַראַבישע אידענטיטעט צווישן ייִדן, און זײַן ייִדישן אָפּשטאַם — ווען ער רעדט מיט די אַראַבער.
עס זענען הײַיאָר אויך פּובליקירט געוואָרן צוויי אַקאַדעמישע בענד: סײַ ליטל [ליטאַל] לוויס Poetic Trespass, סײַ ליאורה האַלפּערינס Babel in Zion טענהן, אַז אַ סך ייִדן האָבן אַמאָל זיך אויסגעלעבט פּונקט אַזוי גוט אויף אַראַביש ווי אויף העברעיִש. די ערשטע ציוניסטן האָבן טאַקע געפּרוּווט מאַכן אַן אונטערשייד צווישן די פּאַלעסטינער און ייִדן דורך באַצייכענען אַראַביש ווי „זייער‟ לשון, און העברעיִש ווי „אונדזערס‟, אָבער מע קען נישט לייקענען די ממושתדיקע השפּעה פֿון אַראַביש אויף משפּחות ווי מײַנע, וועלכע האָבן הונדערטער יאָרן לאַנג געשמועסט, זיך געלערנט און געזונגען אויף אַראַביש.
אַ טייל יונגע ייִדישע מוזיקער באַמיִען זיך איצט אויפֿצוהאַלטן זעלטענע ווידעאָ־ און אַודיאָ־אָפּשניטן פֿון דער אַראַביש־ייִדישער קולטור. רעגינע באַשאַ, למשל, זאַמלט איראַקישע ייִדישע מוזיק ווי אַ טייל פֿון איר אַרכיוו־פּראָיעקט, Tuning Baghdad. אַנדערע, ווי די מאַראָקאַנער־ישׂראלדיקע זינגערין נטע אלקיים, דערפֿרישן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון אונדזערע באָבע־זיידעס לויטן נוסח פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. אלקיים איז דערצויגן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ און רעדט, אַוודאי, פֿליסיק העברעיִש, אָבער זינגען זינגט זי אויף מאַראָקאַיִט, דער אַראַבישער דיאַליקט פֿון אירע באָבע־זיידע (און אויך מײַנע).
מע זעט דעם באַנײַטן אינטערעס אויך אין דער קולינאַרער וועלט. דער קוכער מײַקל ראַקאָוויץ האָט לעצטנס געגרינדעט אַ צײַטווײַליקן איראַקער ייִדישן רעסטאָראַן, „דאַר אַל סול‟, אין דובײַ. די קאָמונאַלע מאָלצײַטן רופֿן אַרויס נאָסטאַלגיע נאָך — און פּאָליטישע דיסקוסיעס וועגן — אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה, ווען אַראַבישקייט און ייִדישקייט זענען געווען אַ נאַטירלעכע פּאָר.
נישט בלויז די אַראַבישע ייִדן האָבן ווידער אַנטדעקט די אַראַביש־ייִדישע קולטור; אויך אַ טייל נישט־ייִדישע אַראַבער אין איראַק, עגיפּטן, טוניזיע און סיריע ווײַזן אַרויס אַן אינטערעס צו די ייִדן, וועלכע האָבן אַמאָל געלעבט צווישן זיי. נאַדזשאַט אַבדולהאַק, וועלכע לערנט מיטל־מיזרחדיקע געשיכטע אינעם אוניווערסיטעט פֿון ערלאַנגען אין נירעמבערג, דײַטשלאַנד, האָט לעצטנס אָפּגעהאַלטן אַ וואַרשטאַט אין בערלין, „די מעגלעכקייטן פֿון אַראַביש־ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע‟, און האָט באַטאָנט, אַז אַ צאָל נײַע בעלעטריסטישע ווערק פֿון נישט־ייִדישע אַראַבער שילדערן פּאָזיטיווע אַראַביש־ייִדישע העלדן. צווישן די ווערק: „טאָגבוך פֿון אַ ייִדישן מוסולמענער‟ פֿון קאַמאַל רוכאַיִם; „די ייִדישע טאָכטער פֿון מײַן האַרץ‟ פֿון כאַוולאַ כאַמדי, און „דער לעצטער ייִד אין טאַמענטיט‟ פֿון אַמין זאַויִ.
אַבדולהאַק האָט באַמערקט אַן אינטערעסאַנטע זאַך וועגן די אַלע ראָמאַנען: קיין איינער פֿון זיי שילדערט נישט דעם קאָנפֿליקט צווישן די אַראַבער און מדינת־ישׂראל.
די נײַע טענדענץ קאָן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס די יונגע אַראַבישע ייִדן אין ישׂראל זענען שוין מיד פֿונעם שטענדיקן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די אַראַבער, און גלײַכצײַטיק מער זיכער מיט זייער ישׂראלדיקער אידענטיטעט, ווי עס זענען זייערע עלטערן. דאָס דערמעגלעכט זיי אַרויסצוּווײַזן וואַרעמקייט צו דער אַראַבישער קולטור־ירושה פֿון זייער באָבע־זיידעס דור. אפֿשר דערפֿאַר איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס ישׂראל האָט דעם 30סטן נאָוועמבער אָפּגעמערקט דעם ערשטן נאַציאָנאַלן טאָג, געווידמעט די ייִדישע פּליטים פֿון די אַראַבישע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.