(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין יאַנואַר וועט די שול זיך אָבער איבערציִען אויף אַ גרעסער אָרט, „פֿאָסטער ווילעדזש‟, וווּ די צווייטע לערערין, אײַזנפֿעלד, וווינט מיט איר מאַן און 10 אַנדערע משפּחות. מע קולטיווירט אַ גאָרטן אין איינעם; מע האָדעווען קאַטשקעס, הינער, אַ בינשטאָק און מע האָט אַ קאָמפּאָסט־סיסטעם.
„ס׳שאַפֿט זיך אַ נעענטערע פֿאַרבינדונג מיטן אייבערשטן, ווען מע פֿילן זיך ווי אַ טייל פֿון זײַן וועלט,‟ האָט אײַזנפֿעלד דערקלערט דער ייִט״אַ. „ווען מיר קולטיווירן אונדזער אייגן עסן און מאַכן אַ ברכה, פֿאַרשטייט מען די פֿאַרבינדונג.‟
„די מענטשן וואָס וווינען דאָ, זענען נישט קיין פֿרומע,‟ האָט וווּדס־מאָרס געזאָגט וועגן דרום־מיזרח פּאָרטלאַנד. „מיר פּרוּוון געפֿינען אַ באַלאַנס, אין וועלכן מיר שאַפֿן ריטואַלן פֿאַר די קינדער, און פֿלעכטן עס אַרײַן אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן — אָבער דריקן נישט אויף זיי דאָס צו טאָן,‟ האָט וווּדס־מאָרס געזאָגט.
ביז איצט האָבן די קינדער פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אין דרויסן, אָבער נאָך דעם ווי די שול וועט זיך איבערקלײַבן אין „פֿאָסטער ווילעדזש‟, וועלן זיי שוין בלײַבן די גאַנצע צײַט אונטערן פֿרײַען הימל, און אַפֿילו גיין „וווּ דער קיסר גייט צו פֿוס‟ אין דרויסנדיקע טואַלעטן.
לויטן געזעץ, מעגן די קינדער קומען אין אַ דרויסנדיקער שול בלויז 4 שעה אַ טאָג. דערווײַל טרעפֿט זיך די פֿאָרשול צוויי מאָל אַ וואָך, אָבער אײַזנפֿעלד האָפֿט, אַז ס׳וועט באַלד ווערן דרײַ מאָל אַ וואָך. ווי עס איז, האָבן די קינדער שטאַרק ליב צו קומען. בעת אַ חנוכּה־פֿײַערונג אין „פֿאָסטער ווילעדזש‟ מיט אַ וואָך צוריק זענען די קינדער נאָכגעלאָפֿן די קאַטשקעס און געצונדן די ליכט. ווען די זון האָט זיך געזעצט און פֿײַפֿערס מאַמע האָט געזאָגט, אַז ס׳איז צײַט אַהיימצוגיין, האָט פֿײַפֿער זיך אַנטקעגנגעשטעלט.
„זאָרג זיך נישט,‟ האָט זי אים באַרויִקט. „אין יאַנואַר וועלן מיר צוריקקומען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.