פּאָרטלאַנד, אָרעגאַן. — אַפֿילו אין די קאַלטע, רעגנדיקע טעג, זיצן די תּלמידים פֿון דער פֿאָרשול „גן־שלום‟ אין דרויסן, אונטער אַ פּלאַסטישן דאַך. אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער לערערין, סאַראַבעל אײַזענפֿעלד, רײַבן זיי אָן קאַרטאָפֿל צו מאַכן לאַטקעס, און לערנען זיך אויס דאָס העברעיִשע וואָרט „שמע‟ דורך הערן די פֿאַרשידענע קלאַנגען פֿון דער וועלט אַרום.
„איך הער אַ קראָ!‟ זאָגט דאָס ייִנגעלע, פֿאָרעסט.
„און פֿייגעלעך זינגען,‟ גיט צו פֿײַפֿער.
אַז מע צערעדט זיך וועגן דעם וועטער, באַמערקט מאַרלען: „ס׳איז אַ קאַלטער טאָג; דערפֿאַר טראָגן מיר די מאַנטלען.‟
אײַזענפֿעלד און קאַטרין מאָרס־וווּדס האָבן געגרינדעט „גן־שלום‟ ווי אַן אָרט, וווּ די קינדער קאָנען זיך אינטים באַקענען מיטן ריטעם פֿון דער נאַטור און פֿונעם ייִדישן לוח. זיי פֿאַרברענגען ס׳רובֿ אין דרויסן: זיי זיצן אויף קאָרטשן בעת די לערערין דערציילט אַ מעשׂה; זיי באַקן חלה אָדער עפּל איבער ברענענדיקע קלעצער, און קולטיווירן גרינסן.
ביז איצט האָט „גן־שלום‟ געהאַט בלויז דרײַ תּלמידים, אָבער איבעראַיאָר וועלן זיך מסתּמא פֿאַרשרײַבן נאָך משפּחות, אַ דאַנק אַ נײַער הנחה פֿונעם שׂכר־לימוד, וואָס איז דערמעגלעכט געוואָרן דורך דער פּאָרטלאַנדער ייִדישער פֿעדעראַציע. דער קלאַס איז אַ באַשיידענער עקספּערימענט, וואָס ווײַזט אָן די מעגלעכקייטן פֿון אַ ייִדישער דערציִונג אין דרויסן, בעת אַ סך שולן — סײַ ייִדישע, סײַ נישט־ייִדישע — נעמען אויך אַרײַן אַלץ מער דרויסנדיקע אַקטיוויטעטן, ווי גערטנערײַ, אינעם קוריקולום.
אײַזנפֿעלד און מאָרס־וווּדס זענען נישט קיין געוויינטלעכע ייִדישע פּעדאַגאָגן. זיי וווינען ביידע אין קאָלעקטיוון, וואָס האָבן אַ געוויסן צוועק. די פֿאָרשול האָט זיך ביז איצט געטראָפֿן לעבן „בית שלמה‟, אַ קאָלעקטיוו, געגרינדעט דורך מאָרס־וווּדס און איר מאַן, וווּ זיי וווינען מיט צוויי אַנדערע ייִדישע משפּחות, און פּלאַנירן שוין צו בויען אַ גײַסטיק אָפּרו־אָרט, באַגלייט מיט אַ מיקווה, אין אַ וואַלד לעבן סיִאַטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.