זײַ געזונט, „קלעזקעמפּ‟

‏Farewell, Klezkamp

אויפֿן לעצטן אָוונט פֿון „קלעזקעמפּ‟
אויפֿן לעצטן אָוונט פֿון „קלעזקעמפּ‟

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 31, 2014, issue of January 23, 2015.

די לעצטע נאַכט פֿונעם „קלעזקעמפּ‟ האָבן מײַנע צוויי הינט מיך אויפֿגעוועקט פֿיר אַ זייגער בײַ נאַכט, איך זאָל זיי גיין אַרויספֿירן אין דרויסן. האָב איך דערזען, אַז איך בין אַליין אינעם האטעל־צימער, אָן פֿרוי און טאָכטער. עפּעס האָבן מײַנע הינט דערשמעקט…

האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט מיטן ליפֿט צום לאָבי און געהערט דאָס ליד „קלײַבט זיך צונויף‟, וואָס מיישקע אַלפּערט זינגט. נעמט זיך צונויף, מײַנע שוועסטער און ברידערלעך.
לאָמיר זיך פֿרייען וואָס מיר זענען ייִדעלעך.
גענוג שוין צו וויינען מיט הערצער פֿאַרוווּנדעטע.
ווײַל מיר זײַנען אַלע ווי קרובֿים פֿאַרבונדענע.

די פּיאַניסטין מלכּה (מאַרילין) לערנער פֿון טאָראָנטאָ האָט געשפּילט, און צענדליקער יונגע־ און נישט־מער־אַזוינע־יונגע־לײַט האָבן צוזאַמען געזונגען דאָס ליד, האַלטנדיק די הענט אויף די אַקסלען איינער בײַם אַנדערן. אַ טייל פֿון זיי האָבן געזונגען מיט טרערן אין די אויגן, ווײַל דאָס איז געווען די סאַמע לעצטע נאַכט פֿונעם באַליבטן „קלעזקעמפּ‟.

דער הײַיאָריקער „קלעזקעמפּ‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 21סטן ביזן 28סטן דעצעמבער 2014 אינעם „האדסאָן רעזאָרט און ספּאַ־האָטעל‟ אין קערהאָנקסאָן, ניו־יאָרק, האָט צוגעצויגן מער ווי 400 אָנטיילנעמער פֿון אַלע שטאַטן אין אַמעריקע, און מוזיקער פֿון ענגלאַנד, קאַנאַדע, בעלגיע און האָלאַנד. ווי אַלעֹיאָר, האָט מען געהאַלטן וואַרשטאַטן פֿאַר פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן מיט די בעסטע קלעזמאָרים, און פֿאַר די, וועלכע שפּילן נישט קיין מוזיק, האָט מען געקענט הערן לעקציעס וועגן דעם קלעזמער־אויפֿלעב (געלערנט פֿון הענקוס נעצקי), ייִדישן פֿאָלקלאָר (אַני הקטן), ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור (פּערל טייטלבוים, מרים אײַזיקס), געזאַנג (עטל ריים, סוזען לעוויטאַן, עלענאָר ריסאַ) און ייִדישע מאכלים (איוו יאַכנאָוויץ). בנימין שעכטער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ כאָר.

ווען איך האָב געהאַט אַ ביסל צײַט, האָב איך זיך צוגעהערט צו די לעקציעס פֿון ראָן ראַבוי, אַ קאָמפּאָזיטאָר און טעאַטער־היסטאָריקער פֿון סאַנטאַ־קרוז, קאַליפֿאָרניע. ער האָט אײַנגעסדרט דעם אַרכיוו פֿונעם אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעווסקי פֿאַר טאָמאַשעווסקיס אייניקל, דעם דיריגענט מײַקל טילסאָן־טאַמאָס. בײַ איין לעקציע האָט ער גערעדט וועגן דזשיאַקאָמאָ (יעקבֿ) מינקאָווסקי, אַן אוקראַיִנער ייִד, אַ מיסטעריעזער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1892, געשאַפֿן די מוזיק פֿאַרן ספּעקטאַקל „אַלכּסנדר: דער קרוין־פּרינץ פֿון מצרים‟, און ווײַטער געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איטאַליע און, צום סוף, סאַן־פֿראַנציסקאָ.

לכּבֿוד דעם 30־יאָריקן „קלעזקעמפּ‟ בין איך אויך געגאַנגען אויף אַ נאַטור־שפּאַציר מיט אַ גרופּע 40 מענטשן איבערן גרויסן שטח פֿונעם האָטעל, און דערבײַ געגעבן די געלעגנהייט אַ ביסל פֿרישע לופֿט אײַנצואָטעמען. מיט דער אַקטיוויטעט האָב איך אָנגעפֿירט בײַ די ערשטע צוויי „קלעזקעמפּס‟ אין 1985 און 1986. נישט בלויז האָב איך געלערנט די ייִדישע ווערטער פֿאַר די ביימער און געוויקסן, נאָר אויך געזונגען אַזוינע „נאַטור‟־לידער, ווי „די ווערבע‟, „אויפֿן וועגן שטייט אַ בוים‟ און „גענדזעלעך גייען‟.