די לעצטע נאַכט פֿונעם „קלעזקעמפּ‟ האָבן מײַנע צוויי הינט מיך אויפֿגעוועקט פֿיר אַ זייגער בײַ נאַכט, איך זאָל זיי גיין אַרויספֿירן אין דרויסן. האָב איך דערזען, אַז איך בין אַליין אינעם האטעל־צימער, אָן פֿרוי און טאָכטער. עפּעס האָבן מײַנע הינט דערשמעקט…
האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט מיטן ליפֿט צום לאָבי און געהערט דאָס ליד „קלײַבט זיך צונויף‟, וואָס מיישקע אַלפּערט זינגט.
נעמט זיך צונויף, מײַנע שוועסטער און ברידערלעך.
לאָמיר זיך פֿרייען וואָס מיר זענען ייִדעלעך.
גענוג שוין צו וויינען מיט הערצער פֿאַרוווּנדעטע.
ווײַל מיר זײַנען אַלע ווי קרובֿים פֿאַרבונדענע.
די פּיאַניסטין מלכּה (מאַרילין) לערנער פֿון טאָראָנטאָ האָט געשפּילט, און צענדליקער יונגע־ און נישט־מער־אַזוינע־יונגע־לײַט האָבן צוזאַמען געזונגען דאָס ליד, האַלטנדיק די הענט אויף די אַקסלען איינער בײַם אַנדערן. אַ טייל פֿון זיי האָבן געזונגען מיט טרערן אין די אויגן, ווײַל דאָס איז געווען די סאַמע לעצטע נאַכט פֿונעם באַליבטן „קלעזקעמפּ‟.
דער הײַיאָריקער „קלעזקעמפּ‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 21סטן ביזן 28סטן דעצעמבער 2014 אינעם „האדסאָן רעזאָרט און ספּאַ־האָטעל‟ אין קערהאָנקסאָן, ניו־יאָרק, האָט צוגעצויגן מער ווי 400 אָנטיילנעמער פֿון אַלע שטאַטן אין אַמעריקע, און מוזיקער פֿון ענגלאַנד, קאַנאַדע, בעלגיע און האָלאַנד. ווי אַלעֹיאָר, האָט מען געהאַלטן וואַרשטאַטן פֿאַר פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן מיט די בעסטע קלעזמאָרים, און פֿאַר די, וועלכע שפּילן נישט קיין מוזיק, האָט מען געקענט הערן לעקציעס וועגן דעם קלעזמער־אויפֿלעב (געלערנט פֿון הענקוס נעצקי), ייִדישן פֿאָלקלאָר (אַני הקטן), ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור (פּערל טייטלבוים, מרים אײַזיקס), געזאַנג (עטל ריים, סוזען לעוויטאַן, עלענאָר ריסאַ) און ייִדישע מאכלים (איוו יאַכנאָוויץ). בנימין שעכטער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ כאָר.
ווען איך האָב געהאַט אַ ביסל צײַט, האָב איך זיך צוגעהערט צו די לעקציעס פֿון ראָן ראַבוי, אַ קאָמפּאָזיטאָר און טעאַטער־היסטאָריקער פֿון סאַנטאַ־קרוז, קאַליפֿאָרניע. ער האָט אײַנגעסדרט דעם אַרכיוו פֿונעם אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעווסקי פֿאַר טאָמאַשעווסקיס אייניקל, דעם דיריגענט מײַקל טילסאָן־טאַמאָס. בײַ איין לעקציע האָט ער גערעדט וועגן דזשיאַקאָמאָ (יעקבֿ) מינקאָווסקי, אַן אוקראַיִנער ייִד, אַ מיסטעריעזער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1892, געשאַפֿן די מוזיק פֿאַרן ספּעקטאַקל „אַלכּסנדר: דער קרוין־פּרינץ פֿון מצרים‟, און ווײַטער געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איטאַליע און, צום סוף, סאַן־פֿראַנציסקאָ.
לכּבֿוד דעם 30־יאָריקן „קלעזקעמפּ‟ בין איך אויך געגאַנגען אויף אַ נאַטור־שפּאַציר מיט אַ גרופּע 40 מענטשן איבערן גרויסן שטח פֿונעם האָטעל, און דערבײַ געגעבן די געלעגנהייט אַ ביסל פֿרישע לופֿט אײַנצואָטעמען. מיט דער אַקטיוויטעט האָב איך אָנגעפֿירט בײַ די ערשטע צוויי „קלעזקעמפּס‟ אין 1985 און 1986. נישט בלויז האָב איך געלערנט די ייִדישע ווערטער פֿאַר די ביימער און געוויקסן, נאָר אויך געזונגען אַזוינע „נאַטור‟־לידער, ווי „די ווערבע‟, „אויפֿן וועגן שטייט אַ בוים‟ און „גענדזעלעך גייען‟.
דערצו האָט מען אָרגאַניזירט צוויי סעסיעס, אין וועלכע מע האָט זיך דערמאָנט אין דער 30־יאָריקער געשיכטע פֿון „קלעזקעמפּ‟, ווי אויך געגעבן אַ טראַכט וועגן דער צוקונפֿט. אין 1985 האָט הענעך (הענרי) סאַפּאָזשניק צוזאַמען מיט אַדריאַן קופּער און בעקי מילער, אונטער דעם אויפֿזע פֿונעם ייִוואָ, געשאַפֿן דעם ערשטן „קלעזקעמפּ‟ אין די קעטסקיל־בערג, אין דער וואָך פֿון ניטל אין אַ קעטסקיל־האָטעל — „דער פּאַראַמאַונט‟. ווי האָט געהייסן דער דירעקטאָר פֿונעם האָטעל? פֿרעדי גאַסטהאַלטער. עס האָט אויסגעזען ווי אַ באַשערטע זאַך.
דער געוואַלדיקער סוקצעס פֿון די ערשטע צוויי „קלעזקעמפּס‟ אין 1985 און 1986 האָט איבערגעשטיגן אַלע דערוואַרטונגען. די „קלעזקעמפּער‟ זענען צוריקגעפֿאָרן אַהיים און אָנגעזאָגט זײערע פֿרײַנד וואָס פֿאַר אַ געפֿינס דאָס איז, און מיטגעבראַכט נאָך חבֿרים דאָס צווייטע יאָר. אָנצופֿילן די האָטעל־צימערן די ערשטע יאָרן איז נישט געווען קיין פּראָבלעם. בלי־ספֿק, איז אין יעדער קאַפּעליע אין אַמעריקע דאָ כאָטש איין מוזיקער, וואָס האָט זיך געלערנט אין „קלעזקעמפּ‟.
צווישן די דערמאָנונגען בײַ איין סעסיע, האָט דער שרײַבער און לעקטאָר מײַקל וועקס חוזק געמאַכט פֿונעם נעבעכדיקן „פּאַראַמאַונט‟־האָטעל, וואָס האָט, אַפּנים, נישט געקענט ציילן, און האָט געשטעלט צימער 304 לעבן צימער 104. פֿון דעסטוועגן, האָט די היימישקייט פֿונעם „פּאַראַמאַונט‟ אויך איבערגעלאָזט זיסע חלומות. אַ סורפּריז־גאַסט איז געקומען זיך צו באַטייליקן אין דער סעסיע — פּראָפֿעסאָר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, די קוראַטאָרין פֿונעם נײַעם פּויליש־ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. זי האָט אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, וואָס במשך פֿון די אַלע „קלעזקעמפּ‟־יאָרן האָט מען זיך פֿון דער נאָענט באַקענט מיטן לעצטן דור פֿאַר־מלחמהדיקע ייִדיש־רעדערס; זיך געלערנט פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־שטייגער פֿון אַזוינע לערערס ווי די זינגערין בראָניע סאַקינאַ, מאיר קירשענבלאַט, גערמאַן גאָלדענשטיין, פּערל סאַפּאַזשניק, מײַן מאַמע — ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און אַנדערע.
און וואָס וועגן דער צוקונפֿט? שערי מיירענט, די וויצע־דירעקטאָרין פֿון „קלעזקעמפּ‟ און גרינדערין פֿונעם „מיירענט־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור‟ בײַם וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט, האָט דערציילט וועגן דעם „אינסטיטוטס‟ אַרבעט, וואָס נעמט אַרײַן דיגיטאַליזירן טויזנטער אַלטע רעקאָרדירונגען, און זיי אַרויפֿגעבן אויף דער אינטערנעץ. סאַפּאָזשניק, דער דירעקטאָר פֿונעם נײַעם אינסטיטוט, האָט אויך איבערגעגעבן די פּלענער מכּוח „וואַנדערנדיקע קלעזקעמפּס‟, וואָס וועלן פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע שטעט און פֿאָרשטעלן די מוזיק און טענץ פֿון „קלעזקעמפּ‟ אויף אַ קלענערן פֿאַרנעם.
אין דער שטאָט ניו־יאָרק האָט אַ גרופּע שוין אַרומגערעדט אַ פּלאַן אויפֿצושטעלן „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ ( Yiddish New York) דעם קומעדיקן יאָר ניטל־צײַט, צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון „קלעזקעמפּ‟. ווען מע זעט וואָס פֿאַר אַ לעבעדיקע און נאָענטע קהילה האָט זיך אַנטוויקלט אין „קלעזקעמפּ‟ במשך פֿון די 30 יאָר, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ס’וועט אויפֿקומען עפּעס אַנדערש אויף זײַן אָרט. דערווײַל דאַרף מען זיך פֿרייען מיט די גרויסע אויפֿטוען פֿון די 30 יאָר „קלעזקעמפּ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.