אַ פֿרוי, וואָס האָט זיך געלערנט מיט מײַן ווײַב אין אוניווערסיטעט און איז אַ פּאָר מאָל געווען בײַ אונדז צו גאַסט אין אָקספֿאָרד, האָט אָנגעשריבן, אַז זי „פֿילט אַ פֿאַרדראָס, הלמאַי די וועלט האָט אונדז ניט איבעריק ליב‟.
אין דער אמתן, שפּיגלט אָפּ די דאָזיקע מיינונג ניט אַזוי די באַציִונג מצד דער „וועלט‟ צו די רוסן, ווי דעם אימאַזש, וואָס ווערט טאָג־אײַן טאָג־אויס געשאַפֿן דורך דער אָפֿיציעלער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע. מיר שײַנט, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער, ענגלענדער וכ’ טראַכט בכלל זייער ווייניק וועגן רוסלאַנד און די רוסן, און אויב מע טראַכט שוין יאָ וועגן דעם, טוט מען עס, בדרך־כּלל, אויף אַ ווייניק־אינפֿאָרמירטן אופֿן, מישנדיק צוזאַמען הײַנטיקע נײַעס מיטן צאַרישן עבֿר און דעם סאָוועטישן נעכטן. צוריק גערעדט, אַ מישמאַש פֿון אָט די דרײַ אינגרעדיענטן איז כאַראַקטעריסטיש אויך פֿאַרן איצטיקן רוסישן באַוווּסטזײַן.
אַ קאָמישן מישמאַש לייגט פֿאָר אויך דער פֿינפֿטער סעזאָן פֿון דער בריטישער דראַמע „דאַונטאָן עבי‟. אין אַמעריקע וועט מען די נײַע עפּיזאָדן אָנהייבן ווײַזן נאָר איצט, אָבער אין ענגלאַנד איז עס שוין אַ טייל פֿון דער געשיכטע: דעם לעצטן עפּיזאָד האָט מען געקענט זען דעם 25סטן דעצעמבער. הקיצור, לייענט ניט ווײַטער, אויב איר האָט עס נאָך ניט געזען.
„דאַונטאָן עבי‟ האָט שוין לאַנג „געטראָגן‟ אַ ייִדישע טעמע. דער מיידלשער נאָמען — לעווינסאָן — פֿון דער גראַפֿיניע גרענטהעם האָט בײַ אַ סך מענטשן אַרויסגערופֿן אַ באַרעכטיקטן חשד, אַז עפּעס איז דאָ „ניט ריין‟. לעווינסאָן, דערצו אַן אַמעריקאַנער לעווינסאָן, האָט געשמעקט מיט געפֿילטע פֿיש. און סוף־כּל־סוף, האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז איר טאַטע איז טאַקע געווען אַ ייִד, דערפֿאַר האָט זי, נעבעך, געהאַט פּראָבלעמען מיט אָנגענומען ווערן, ווי אַ גלײַכע, צווישן די רײַכע קריסטלעכע אַמעריקאַנער (כאָטש זי איז אַליין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער אמונה פֿון איר קריסטלעכער מוטער). האָט מען זי אַרויסגעגעבן פֿאַרן ענגלישן גראַף, וואָס איז געווען רײַך מיט אַן אַריסטאָקראַטישן ייִחוס, אָבער זיך שטאַרק גענייטיקט אין ממתּקים.
האָב איך באַשלאָסן, אַז מיט דעם וועט זיך די „ייִדישקייט‟ פֿון דער דאָזיקער שונד־מעשׂה אָנהייבן און פֿאַרענדיקן. אַ נעכטיקער טאָג! די אמתע „ייִדישקייט‟ איז געקומען אַ ביסל שפּעטער. עס האָט זיך פּלוצעם באַוויזן אַ שיינער בחור מיטן נאָמען אַטיקוס אָלדרידזש, אין וועלכן עס האָט זיך גלײַך פֿאַרליבט די פּלימעניצע פֿונעם גראַף, וועלכע וווינט שוין לאַנג אין דער משפּחה.
די דאָזיקע פּלימעניצע פּרוּווט העלפֿן די רוסישע אַריסטאָקראַטישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער רעוואָלוציע. די גאַנצע כאָפּטע רוסישע אַריסטאָקראַטן זײַנען מאַנצבילן מיט געדיכטע בערד (ווי אַנדערש!). זיי טרינקען טיי און שפּילן שאָך; און זיי זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, אַנטיסעמיטן. זיי איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף אַטיקוס אָלדרידזשן און זיך דערוויסן, אַז זײַן משפּחה שטאַמט פֿון אָדעס, כּדי תּיכּף־ומיד דערשמעקן דעם דיאַגנאָז: דער יאַט איז אַ ייִדישער. ס’איז טאַקע אַזוי. זײַן טאַטע איז געוואָרן זייער רײַך, אַרײַן אין די בריטישע אַריסטאָקראַטישע פֿעדערן, אָבער היט אָפּ — אויף אַן אייגענעם אויפֿן — זײַן ייִדישקייט, און איז גאָר ניט גליקלעך צו האָבן אַ „שיקסע‟ (אַזוי טאַקע רופֿט ער די יונגע פֿרוי) פֿאַר זײַן שנור. ווײַטער וועל איך די האַרצרײַסנדיקע דראַמאַטישע ליניע ניט איבערדערציילן, אָבער זײַט רויִק — אַלץ ענדיקט זיך האָליוווּדיש־שונדיש בשלום.
בינו־לבינו באַקומט דער עולם אַ שמעק רוסיש־ייִדישער געשיכטע. די משפּחה פֿון אונדזער העלד אַטיקוס איז געקומען קיין ענגלאַנד נאָך די אָדעסער פּאָגראָמען אין די יאָרן 1859 און 1871. דאָס איז באמת אַן עקזאָטישער קער. בדרך־כּלל גייט די רייד וועגן די פּאָגראָמען פֿון 1881 און שפּעטער. דאָס וואָרט אַליין „פּאָגראָם‟ האָט מען גענומען נוצן נאָך אָט די געשעענישן. די ענינים אין אָדעס שטעלן מיט זיך פֿאָר גאָר אַ באַזונדער געשיכטע־זײַטל, מיט אַ היפּשן אָנטייל פֿון די היגע גריכן, פֿאַרביטערטע אויף די ייִדן, צוליב אַ ריי עקאָנאָמישע און רעליגיעזע סיבות.
הגם די צאָל לײַט, וואָס קוקן נאָך דעם „דאַונטאָן עבי‟ פֿאַלט, בלײַבט עס פּאָפּולער. אין גרויס־בריטאַניע האָבן די נײַע עפּיזאָדן געזען אַריבער 8 מיליאָן נפֿשות; אין אַמעריקע וועט דער עולם זײַן נאָך גרעסער. מע קוקט עס אויך אין אַנדערע לענדער, ווײַל פֿאַכמענעריש איז די דראַמע זייער גוט געמאַכט, מיט גלענצנדיקע אַקטיאָרן.
מע טאָר ניט דערוואַרטן פֿון שונד לעקציעס פֿאַר היסטאָרישער בילדונג, אָבער פּראַקטיש לאָזט עס איבער אין די מוחות שפּורן פֿון צופֿעליקע און מאָדנע אַלוזיעס מכּוח דער רוסישער און רוסיש־ייִדישער געשיכטע. אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע אַלוזיעס, מיט אַ צומיש פֿון דאָסטאָיעווסקי, טאָלסטוי, טשײַקאָווסקי, בייגל און בלינצעס, שפּילן אַ ראָליע בײַם פֿאַרטײַטשן אויך די הײַנטיקע געשעענישן אין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.