אַ פֿרוי, וואָס האָט זיך געלערנט מיט מײַן ווײַב אין אוניווערסיטעט און איז אַ פּאָר מאָל געווען בײַ אונדז צו גאַסט אין אָקספֿאָרד, האָט אָנגעשריבן, אַז זי „פֿילט אַ פֿאַרדראָס, הלמאַי די וועלט האָט אונדז ניט איבעריק ליב‟.
אין דער אמתן, שפּיגלט אָפּ די דאָזיקע מיינונג ניט אַזוי די באַציִונג מצד דער „וועלט‟ צו די רוסן, ווי דעם אימאַזש, וואָס ווערט טאָג־אײַן טאָג־אויס געשאַפֿן דורך דער אָפֿיציעלער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע. מיר שײַנט, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער, ענגלענדער וכ’ טראַכט בכלל זייער ווייניק וועגן רוסלאַנד און די רוסן, און אויב מע טראַכט שוין יאָ וועגן דעם, טוט מען עס, בדרך־כּלל, אויף אַ ווייניק־אינפֿאָרמירטן אופֿן, מישנדיק צוזאַמען הײַנטיקע נײַעס מיטן צאַרישן עבֿר און דעם סאָוועטישן נעכטן. צוריק גערעדט, אַ מישמאַש פֿון אָט די דרײַ אינגרעדיענטן איז כאַראַקטעריסטיש אויך פֿאַרן איצטיקן רוסישן באַוווּסטזײַן.
אַ קאָמישן מישמאַש לייגט פֿאָר אויך דער פֿינפֿטער סעזאָן פֿון דער בריטישער דראַמע „דאַונטאָן עבי‟. אין אַמעריקע וועט מען די נײַע עפּיזאָדן אָנהייבן ווײַזן נאָר איצט, אָבער אין ענגלאַנד איז עס שוין אַ טייל פֿון דער געשיכטע: דעם לעצטן עפּיזאָד האָט מען געקענט זען דעם 25סטן דעצעמבער. הקיצור, לייענט ניט ווײַטער, אויב איר האָט עס נאָך ניט געזען.
„דאַונטאָן עבי‟ האָט שוין לאַנג „געטראָגן‟ אַ ייִדישע טעמע. דער מיידלשער נאָמען — לעווינסאָן — פֿון דער גראַפֿיניע גרענטהעם האָט בײַ אַ סך מענטשן אַרויסגערופֿן אַ באַרעכטיקטן חשד, אַז עפּעס איז דאָ „ניט ריין‟. לעווינסאָן, דערצו אַן אַמעריקאַנער לעווינסאָן, האָט געשמעקט מיט געפֿילטע פֿיש. און סוף־כּל־סוף, האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז איר טאַטע איז טאַקע געווען אַ ייִד, דערפֿאַר האָט זי, נעבעך, געהאַט פּראָבלעמען מיט אָנגענומען ווערן, ווי אַ גלײַכע, צווישן די רײַכע קריסטלעכע אַמעריקאַנער (כאָטש זי איז אַליין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער אמונה פֿון איר קריסטלעכער מוטער). האָט מען זי אַרויסגעגעבן פֿאַרן ענגלישן גראַף, וואָס איז געווען רײַך מיט אַן אַריסטאָקראַטישן ייִחוס, אָבער זיך שטאַרק גענייטיקט אין ממתּקים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.