(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער טור הייבט זיך אָן לעבן דעם „ייִדישן מוזיי פֿון פֿלאָרידע‟, אויף וואַשינגטאָן עוועניו. דעם בנין האָט מען אַמאָל באַניצט ווי אַ שיל, אָבער הײַנט, ווײַל קיין מנין איז שוין נישט בנימצא, קען מען דאָרט געפֿינען אויסשטעלונגען וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿלאָרידער ייִדן; דערצו קען מען קויפֿן פֿאַרשידענע פּיטשעווקעס־סוּווענירן, ווי ליאַלקעס אין אָרעמע קליידער מיט נעמען ווי „חנה‟ און „רחל‟, אַזוי ווי זיי זענען נאָר וואָס אַראָפּ פֿון דער שיף אין עליס-אײַלענד, מיט אַ 120 יאָר צוריק. אָבער נישט וועגן דעם בין איך אויסן.
ברײַער, אויך אַ מומחה פֿון אַרכיטעקטור, האָט נישט ווייניק דערציילט מכּוח דעם דאָמינירנדיקן מיאַמי-ביטש אַרכיטעקטור-סטיל — „אַרט-דעקאָ‟. דער מאָדערניסטישער סטיל, וואָס שטרײַכט אונטער סימעטריע, און בולטע העלע קאָלירן, האָט געבליט אין מיאַמי-ביטש אין די 1920ער-1940ער יאָרן. ברײַער האָט געוויזן ווי ענלעך איז ער געווען צו דעם באַוהאַוס-סטיל, וואָס איז גלײַכצײַטיק געווען פֿאַרשפּרייט אין דער יונגער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ.
די ייִדן פֿלעגן אַמאָל זײַן די אייגנטימער פֿון אַ סך האָטעלן און רעסטאָראַנען אין מיאַמי-ביטש, און עד-היום זענען זיי צווישן די גרעסטע גרונט-סוחרים דאָ. מען קען נאָך הײַנט געפֿינען האָטעלן מיט אַזעלכע נעמען ווי „ברוקלין‟, וווּ די בעלי-בתּים זענען געווען ברוקלינער ייִדן; אָדער „דער לאָרד באַלפֿור האָטעל‟ אויפֿן נאָמען פֿונעם בריטישן אויסערן-מיניסטער, וואָס האָט די ייִדן צוגעזאָגט דעם שטח פֿון פּאַלעסטינע. מע האָט אין דעם האָטעל געמאַכט לעצטנס אַ ברייטן רעמאָנט, און צוליב דער נײַער שיינער דעקאָראַציע, האָט מען פֿאַרשמירט אויף די קרעם-קאָליריקע ווענט אַ שלל קאָמישע ציטאַטן פֿון באַלפֿור און טשערטשיל.
דער מער אינטערעסאַנטער טייל פֿונעם טור איז פֿאַרבונדן מיט די רעסטאָראַנען. די אַמאָליקע גאַסטראָנאָמישע סצענע איז אויך באַשריבן געוואָרן פֿון איגערן:
„כּשר‟־שילדן אויף די גאַסן —
אַפּעלירן צו די מאַסן:
רופֿן, וועקן, שרײַען הויך —
ייִדן, כּשרות, ראָסל-יויך!
גולאַש, צימעס, בלינצעס, קניש,
קישקע, שטרודל, געפֿילטע פֿיש!
וואָס מ’וויל נאָר, קאָן מען קריגן:
מילך פֿון ניס, און מילך פֿון ציגן.
טראָפּיש-פֿרוכטן, נאַשערײַען;
סײַ צום טרינקען, סײַ צום קײַען.
ס’איז „קוני-אײַלענד‟: טאַ-ראַ-ראַם!
מיטן ייִדישן בים-באַם!
אָבער נישט געקוקט אויף איגערס „כּשר‟־שילדן, איז פּינקטלעכער די שורה: „וואָס מ’וויל נאָר, קאָן מען קריגן‟. למשל, דווקא איינער פֿון די באַרימטסטע ים-שרצים רעסטאָראַנען אין מיאַמי-ביטש, הייסט Joe’s Stone Crab, אויף דער וואַשינגטאָן עוועניו, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1913 דורך אַ פּאָרפֿאָלק ייִדן פֿון אַונגערישן אָפּשטאַם, דזשאָ און דזשעני ווײַס. דער רעסטאָראַן שטייט נאָך הײַנט מיט אַ גרויסער הצלחה, באַרימט פֿאַר אירע געשמאַקע [געפֿילטע?] קראַבן.
וועגן דער אַמאָליקער ייִדיש-קולטור האָט ברײַער ווייניק געהאַט וואָס צו זאָגן. אָבער ער האָט יאָ דערמאָנט דעם היגן „אַרבעטער-רינג‟, די ייִדישע צײַטונגען און דעם ייִדישן טעאַטער פֿון מיאַמי-ביטש אויף וואַשינגטאָן עוועניו, וואָס פֿלעגט הייסן, „סינעמאַ טעאַטער‟. הײַנט, אינעם זעלביקן טעאַטער-זאַל, געפֿינט זיך דער בלוזטאַנץ-קלוב „מאַדאָנאַ‟. אָבער אפֿשר, אויב מע וועט אַמאָל לאָזן צעקראַצן די ווענט פֿון אָט דעם נאַכטקלוב, וועט מען אויף זיי אַנטדעקן די סימנים פֿון דעם אַמאָליקן טעאַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.