(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עטלעכע ידיעות קומען פֿון אַנדערע שטעט; און די וויכטיקסטע פֿון זיי איז, צום באַדויערן, אַן אַנטיסעמיטישע. די פּעטערבורגער זשורנאַליסטן און בלאָגערס שרײַבן וועגן אַן אַנטיסעמיטישער אויסגאַבע, וואָס פֿאַרקויפֿט זיך אין דער בעסטער ביכער־קראָם אין סאַנקט־פּעטערבורג — „דאָס בוך־הויז‟, אויף ניעווסקי פּראָספּעקט. דאָס בוך הייסט „דעסטאַליניזאַציע: פֿון טשערטשילן ביז מעדוועדיעוון‟ (עס ווערט געמיינט דער פֿאָריקער רוסישער פּרעזידענט), און דער מחבר איז ראָמאַן קליוטשניק. דאָס בוך איז בפֿירוש אַנטיסעמיטיש: עס ווערן באַשריבן כּלערליי צרות, וואָס די ייִדישע פּאָליטיקער און טעראָריסטן האָבן געבראַכט דעם רוסישן פֿאָלק בכלל און סטאַלינען פּערזענלעך. די אידעע באַשטייט אין דעם, וואָס די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע, אַרײַנגעצויגן דאָס אומשולדיקע רוסישע פֿאָלק אין בלוטיקע קאָנפֿליקטן, פֿאַרטיליקט די רוסישע אינטעליגענץ און קליינע פֿעלקער, און געשטעלט דאָס סאָוועטישע רוסלאַנד און שפּעטער — דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אונטער דער השפּעה פֿון דעם אַלוועלטלעכן ייִדנטום.
אָבער נאָכן יאָר 1938 איז דעם חבֿר סטאַלין זיך אײַנגעגעבן אַוועקצופֿירן דאָס לאַנד פֿון דער השפּעה. זעט אויס אָבער, אַז די דאָזיקע השפּעה איז געווען אויך שפּעטער: די ליקווידאַציע פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט ווערט באַטראַכט ווי סטאַלינס „ענטפֿער‟ אויף „ייִדישע קונצן‟ און „אַנטיסאָוועטישן שפּיאָנאַזש‟. אין יאָר 1991 זענען די ייִדן ווידער געקומען צו דער מאַכט אין רוסלאַנד, און זייער הויפּט־אַגענט, לאָזט זיך אויס, איז דער געוועזענער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו, וואָס זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז כּלומרש, מאַנדל.
די דירעקציע פֿון דער קראָם טענהט, אַז דאָס בוך איז ניט פֿאַרווערט אָפֿיציעל, דעריבער ווערט דערלויבט עס אַרויסצושטעלן אויף דער פּאָליצע. צום באַדויערן, מוז מען באַמערקן, אַז דער אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז די לעצטע יאָרן כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, קומט צוריק. לאָמיך דערמאָנען, אַז מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק האָט אַ כאָפּטע אומבאַקאַנטע באַפֿאַלן אַ תּלמיד פֿון אַ ישיבֿה הינטער מאָסקווע, און אים שטאַרק אָנגעשלאָגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.