(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איז וואָס זשע האָט מען צו דער שוויגער? ווײַזט אויס, אַז זי מיינט, אַז די שנור קומט נישט צון איר זון אָדער דער איידעם איז נישט ווערט איר טאָכטער, ווער די שנור אָדער דער איידעם זאָל נישט זײַן. אַזוי צי אַזוי איז דאָ אַ גאַנצער אַנטישוויגער־פֿאָלקלאָר, ווי ד”ר ע. אָלשוואַנגער האָט אַרויסגעברענגט אין זײַנע אַנטאָלאָגיעס:
***
אין אַ שטעטל האָט מען געבויט אַ נײַעם בריק איבערן טײַך. ס’איז געווען אָ לאַנגער און אַ ברייטער טײַך, איז ממילא דער בריק אויך געווען לאַנג און ברייט. אַז דער בריק איז שוין פֿאַרטיק געוואָרן, האָט מען גערעדט אין שטעטל, אַז מע דאַרף פֿריִער אויספּרובירן, צי ער איז גענוג שטאַרק, מע זאָל קענען אויף אים פֿאָרן. האָט מען געגעבן פֿאַרשיידענע עצות, ווי מע זאָל אויספּרובירן דעם בריק. איז געווען איינער אַ ייִד אַ חכם, ר’ עוזר, האָט ער געזאָגט אַזוי: „ס’איז דאָך אַ פּשוטע זאַך! מע דאַרף צוזאַמעננעמען וויפֿל ס’איז דאָ שוויגערס אין שטאָט, און מע דאַרף זיי לאָזן אַריבערגיין אַלע אין איינעם דעם בריק. איז וועט מען זען: וועלן זיי אַריבערקומען בשלום, איז גוט; און טאָמער וועלן זיי אַרײַנפֿאַלן אין טײַך און דערטרונקען ווערן, איז אויך ניט שלעכט“.
***
בײַ אונדז אויף חתונות שענקט יעדער פֿון די געסט דרשה־געשאַנק פֿאַרן פּאָרפֿאָלק. איינער שענקט זילבערנע לעפֿעלעך, דער צווייטער זילבערנע גאָפּלען, און ווײַטער שענקט מען לײַכטער מיט בעכער מיט נאָך אַזעלכע זאַכן. אָבער ס’איז פֿאַראַן אַנדערע, וואָס שענקען דעם חתן אָדער דער כּלה אַ חלק פֿון זייער לעבן. איין מאָל אויף אַ חתונה שטייט אויף אַ ייִד און זאָגט: „איך שענק דעם חתן צען מינוט לעבן“. הייבט זיך אויף אַן אַנדערער און זאָגט: „איך שענק דער כּלה צען מינוט פֿון מײַן לעבן“. אַ שיינע מתּנה און אַ ביליקע! דערנאָך איז אויפֿגעשטאַנען עפּעס אַ פּוילישער חסיד און זאָגט: „יאַך שענק דער כּלה צען יאָר לעבן“. ווערן דאָך אַלע נשתּומם און מע פֿרעגט דעם חסיד: „וואָס הייסט עפּעס? ווי אַזוי גיט איר אַוועק אַזוי פֿיל פֿון אײַער לעבן?“ ענטפֿערט ער: „נישט מײַן לעבן, מײַן שוויגערס לעבן!“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.