זינט „תּגלית־געבורטרעכט‟ — דער פּראָיעקט, וואָס אָרגאַניזירט און פֿינאַנצירט די 10־טאָגיקע באַזוכן קיין ישׂראל פֿאַר יונגע לײַט — איז געגרינדעט געוואָרן אינעם ווינטער פֿון 1999, האָט מען שוין פּובליקירט אָן אַ שיעור אַרטיקלען פֿון די באַטייליקטע, אָבער זייער ווייניק פֿונעם קוקווינקל פֿון די פֿירער. און ווען עס מאַכט זיך שוין יאָ אַן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿון אַ „געבורטרעכט‟־פֿירער, איז עס געוויינטלעך נישט מער ווי אַ פּירסום־קאָמוניקאַט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע אַליין, און דעריבער גיט עס נישט איבער אַן אָביעקטיוו בילד.
דעריבער האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך לעצטנס פֿאַרבונדן מיט עטלעכע מענטשן, וועלכע האָבן ערשט געהאַט געפֿירט אַ „געבורטרעכט‟־נסיעה, כּדי זיך צו דערוויסן פּינקטלעך וואָס דאָס הייסט, צו ברענגען אַ גרופּע פֿון בערך 40 אַמעריקאַנער יונגע לײַט קיין ישׂראל, און צי די איבערלעבונג איז געווען אַנדערש ווי זיי האָבן זיך געריכט.
במשך פֿון דעצעמבער 2014 האָט „געבורטרעכט‟ געשיקט מער ווי 160 גרופּעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס יעדע גרופּע איז באַשטאַנען, דורכשניטלעך, פֿון 40 יונגע לײַט — בסך־הכּל, 6,500 מענטשן, האָט פּאַמעלאַ פֿערטל־ווײַנשטײַן, די קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין פֿון „געבורטרעכט‟, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז יעדע גרופּע האָט געהאַט צוויי אַמעריקאַנער פֿירער, הייסט עס, אַז אין דעצעמבער האָבן 328 מענטשן פֿונקציאָנירט ווי „געבורטרעכט‟־פֿירער.
בײַ מרגלית ראָזענטאַל איז דאָס שוין געווען איר פֿערט מאָל ווי אַ פֿירער פֿון אַ „געבורטרעכט‟־גרופּע, אַזוי אַז קיין גרויסע סורפּריזן האָט זי נישט געהאַט. ווי די 29־יאָריקע דירעקטאָרין פֿונעם „געבורטרעכט‟־אָפּטייל בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער לאָס־אַנדזשעלעסער געגנט, ווייסט ראָזענטאַל גוט, וויפֿל אַרבעט ווערט דורכגעמאַכט דורכצופֿירן די נסיעות. „בעת איך זיץ מיט די אַנדערע יונגע לײַט אינעם אויטאָבוס, שמועס איך און לאַך און פֿאַרברענג, פּונקט ווי זיי. אָבער ווען מיר קומען אָן אין האָטעל, זעען זיי נישט, וויפֿל איך לעב איבער צו פֿאַרזיכערן, אַז יעדנס שליסל זאָל זײַן צוגעגרייט; אַז דער האָטעל האָט באַפֿרײַט די ריכטיקע צאָל צימערן פֿאַר אונדז, און אַז יעדער צימער האָט די צוויי אָדער דרײַ בעטן, וואָס מיר האָבן באַשטעלט,‟ האָט זי געזאָגט.
בײַ די מענטשן, וואָס פֿירן אַ „געבורטרעכט‟־גרופּע צום ערשטן מאָל, קאָן די איבערלעבונג אָבער זײַן אַ שטיקל שאָק. ראָזענטאַל האָט דערציילט וועגן אַ באַקאַנטער, וועלכע האָט שטאַרק אַרויסגעקוקט אָנצופֿירן מיט דער נסיעה, האָפֿנדיק, אַז זי וועט בעת איר וויזיט אין ישׂראל קאָנען באַזוכן איר באָבע. אַ נעכטיקער טאָג…
„זי האָט נישט געוווּסט, אַז זי וועט דאַרפֿן אַרבעטן סײַ ווי אַ קעמפּ־אויפֿפּאַסער, סײַ ווי אַ סאָציאַלער אַרבעטער, סײַ ווי אַן אויפֿזעער פֿון דיסציפּלין,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט. „האָט זי שוין נישט געקענט פֿאָרן צו דער באָבען.‟ עזרא בענוס, אַן 21־יאָריקער סטודענט פֿון קונסט און ייִדישע שטודיעס אין האָנטער־קאָלעדזש, האָט אויך נישט געוווּסט, אַז ער וועט פּלוצלינג פֿאַרוואַנלדט ווערן אין אַ סאָציאַלן אַרבעטער. ווי אַ „געבורטרעכט‟־פֿירער, וועלכער האָט דורכגעמאַכט אַן אינטענסיווע טרענירונג דורך דער נײַער פּראָגראַם, Taglit Fellows, האָט בענוס זיך געריכט, אַז ער וועט פּשוט ברענגען די יונגע לײַט צו די טוריסטישע ערטער אין ישׂראל, און העלפֿן דערוועקן אין זיי „דאָס פּינטעלע ייִד‟. ער האָט נישט געוווּסט, אַז ער וועט דאַרפֿן העלפֿן געוויסע פֿון זיי מיט זייערע עמאָציאָנעלע פּראָבלעמען.
„אין אונדזער גרופּע איז געווען אַ בחור, אַ וויצלער, וואָס אַלע האָבן אים ליב געהאַט,‟ האָט בענוס דערציילט. „בעת איינער פֿון אונדזערע באַרג־שפּאַצירן, האָב איך אָבער פּלוצלינג דערזען, אַז ער זיצט אַליין און וויינט. ער האָט מיר דערציילט, אַז ער לײַדט פֿון דעפּרעסיע און אַנגסטן, און האָט דערפֿאַר געפּרוּווט אויף דער נסיעה זיך אַרויסשטעלן ווי אַ ׳פֿריילעכער׳ בחור, אָבער ער האָט איצט מורא געהאַט, אַז ער וועט די שפּיל נישט קענען לאַנג אויפֿהאַלטן.‟
בענוס האָט אים אויסגעהערט און געפּרוּווט באַרויִקן. „ס׳האָט זיך געשאַפֿן אַ געוויסע פֿאַרבינדונג צווישן אונדז, וואָס איך האָף וועט אים העלפֿן צו לייזן זײַנע אידענטיטעט־ענינים,‟ האָט בענוס געזאָגט. במשך פֿון דער נסיעה איז בענוס טאַקע יעדן טאָג — אַ מאָל אַפֿילו עטלעכע מאָל אַ טאָג — צוגעגאַנגען צו אים, געפֿרעגט, ווי עס גייט אים, און ווי אַ פּועל־יוצא, האָט ער אַליין געמוזט פֿאַרפֿעלן אַ טייל פֿון די אַקטיוויטעטן.
יוסי *, אַ 29־יאָריקער בחור, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט אַ „געבורטרעכט‟־גרופּע דורך דעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ (אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע גרופּעס פֿירן אָן מיט „געבורטרעכט‟־טורן, כאָטש ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע זענען בכלל נישט פֿרום, און ווייסן ווייניק וועגן ייִדישקייט) איז געווען איבערראַשט צוליב אַ גאָר אַנדער ענין. „איך האָב געמיינט, אַז ווען די יונגע לײַט מאַכן צום ערשטן מאָל דורך אַ ישׂראל־טור, זענען זיי אַ סך מער פּאָזיטיוו־געשטימט צו דער איבערלעבונג,‟ האָט ער געזאָגט. במשך פֿון די 10 טעג, האָבן זיי זיך אָבער אָפֿט באַקלאָגט וועגן דעם עסן, וועגן דעם צײַטפּלאַן, און, פֿאַרשטייט זיך — אַז זיי קענען נישט געפֿינען קיין אָנדראָט־סיגנאַל, כּדי צו ניצן די אינטערנעץ.
אַ טייל זענען אויפֿגעבראַכט געוואָרן, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז מע וועט קריכן אויפֿן באַרג מצדה (אַ באַקאַנטער טייל פֿון דער „געבורטרעכט‟־נסיעה) 7:00 אין דער פֿרי, אַנשטאָט 4:00 פֿאַרטאָג, וועלן זיי במילא פֿאַרפֿעלן דעם פּרעכטיקן זון־אויפֿגאַנג. „איך האָב זיי געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז צוליב געזונט־סיבות, מוזן אַלע עסן פֿרישטיק איידער זיי קלעטערן באַרג־אַרויף, און דער האָטעל גיט נישט קיין פֿרישטיק פֿאַר 6:00, אָבער זיי האָבן געהאַלטן אין איין טענהן, אַז ס׳איז נישט יושרדיק, וואָס אַנדערע ׳געבורטרעכט׳־גרופּעס קענען גיין 4:00, און זיי — נישט,‟ האָט יוסי געזאָגט. „זיי זענען בכלל נישט געווען דאַנקבאַר, וואָס מע ברענגט זיי קיין ישׂראל פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, אַז מיר, די פֿירער, אַרבעטן דאָ בלויז ווי וואָלונטירן, און מוזן אַליין פֿאָלגן די תּקנות און דעם צײַטפּלאַן.‟
ראָזענטאַל האָט אויך געהערט די זעלבע טענה, פֿאַר וואָס קאָן מען נישט קלעטערן אויף מצדה ווען ס׳איז נאָך פֿינצטער. „בלויז די נסיעות זומערצײַט טוען עס פֿאַרטאָג, פּשוט ווײַל ס׳ווערט צו הייס, אויב מע קריכט ווען די זון ברענט שוין,‟ האָט זי דערקלערט. „ווינטערצײַט איז דאָס נישט קיין פּראָבלעם, האַלטן מיר, אַז ס׳איז שוין בעסער, אַלע זאָלן זיך גוט אויסשלאָפֿן, איידער מיר זאָלן אומזיסט זיך מוזן אויפֿוועקן אַזוי פֿרי.‟
„געבורטרעכט‟ בײַט אָפֿט דעם צײַטפּלאַן צוליב דעם וועטער, און דאָס רופֿט כּסדר אַרויס אַנטוישונג בײַ געוויסע באַטייליקטע. „אַ געוויסע גרופּע וועט אפֿשר שטאַרק אַרויסקוקן אויף רײַטן אויף די קעמלען און שלאָפֿן אין אַ בעדויִנער געצעלט, אָבער אויב עס גייט אַ שטאַרקער רעגן אין מידבר, מוז מען די אַקטיוויטעט אַנולירן, ווײַל די ערד איז פּשוט צו נאַס,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט. „די זיכערהייט פֿון אונדזערע געסט און חיות איז אונדזער ערשטע פּריאָריטעט.‟
אַ צווייטע פּראָבלעם איז, ווען די גרופּע באַשטייט פֿון מענטשן מיט גאָר פֿאַרשידענע אינטערעסן. אין בענוס׳ גרופּע, למשל, האָבן אַ טייל געוואָלט טיפֿער אויספֿאָרשן דעם כּותל־המערבֿי; אַ צווייטע גרופּע האָט אַ סך מער צוגעצויגן די „באַוהאַוס‟־אַרכיטעקטור פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און אַ דריטע האָט זיך געוואָלט לערנען מער העברעיִש.
„ס׳איז געווען שווער צו פֿאַראינטערעסירן יעדן איינעם,‟ האָט בענוס באַמערקט. „אויב איך אָדער אַ צווייטער פֿירער פּרוּווט אָנפֿירן מיט אַן אַקטיוויטעט, וואָס ס׳רובֿ פֿונעם עולם פֿאַראינטערעסירט עס נישט, גייט עס במילא מיט דער פּוטער אַראָפּ.‟
אין ראָזענטאַלס גרופּע איז דאָס נישט געווען שייך, ווײַל די נסיעה האָט געהאַט אַ ספּעציפֿישע טעמע: אַ קולינאַרער טור איבער מדינת־ישׂראל. במילא האָבן אַלע באַטייליקטע שוין געהאַט אַ בשותּפֿותדיקן אינטערעס. עטלעכע זענען געווען פּראָפֿעסיאָנעלע קוכער, איינער איז געווען אַ נערונג־עקספּערט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, און די אַנדערע האָבן פּשוט זיך געוואָלט לערנען וועגן ישׂראלדיק עסן.
בײַם אָנהייב פֿון דער נסיעה האָבן זיי באַזוכט ׳שבֿיל־עיזים׳, וואָס איז סײַ אַ מילך־פֿאַרם, סײַ אַ מילכיקער רעסטאָראַן. „מע האָט אונדז געוויזן ווי מע מאַכט ציגן־מילך, שעפּסן־מילך און קעז, אַזוי ווי מע עסט אַ ישׂראלדיקן פֿרישטיק,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט. די גרופּע האָט אויך באַזוכט אַ דרוזיש דאָרף, וווּ זיי האָבן צוזאַמען מיט אַן עלטערער דרוזער פֿרוי געאַרבעט בײַ קליינע טישן, מאַכנדיק סאַמבוסאַק (געבאַקענע קרעפּלעך), וואָס אַ טייל האָבן זיי אָנגעפֿילט מיט פֿלייש, און אַ טייל — מיט גרינסן.
הגם די באַטייליקטע אין דער קולינאַרער גרופּע זענען נישט געווען זייער באַריידעוודיק, האָט ראָזענטאַל באַמערקט, אַז עס שאַפֿט זיך אַ נאָענטקייט צווישן זיי אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, ווײַל זיי האָבן אַלע געהאַט אַ בשותּפֿודיקן אינטערעס. „במשך פֿונעם טור האָבן זיי אָפֿט גערעדט צווישן זיך, זיך געטיילט מיט פּלאָטקעס, און געשטעלט בילדער אויף אונדזער ׳פֿייסבוק׳־זײַט,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט.
אַפֿילו אין יוסיס גרופּע, וווּ מע האָט זיך לכתּחילה באַקלאָגט, פֿאַר וואָס מע קען נישט קריכן אויף מצדה בײַ נאַכט, האָבן די יונגע לײַט מיט דער צײַט אָנגעהויבן אײַנזאַפּן דעם ישׂראלדיקן אַרום און ווערן גערירט דערפֿון. במשך פֿון זייער וויזיט אין „יד־ושם‟, למשל, האָבן אַ סך פֿון זיי געוויינט.
יוסיס גרעסטער חידוש איז אָבער געווען אין צפֿת. מע האָט צעטיילט די בחורים און די מיידלעך אויף צוויי באַזונדערע טורן. אַ באָהעמישער רבֿ, וואָס ספּעציעליזירט זיך אין קבלה און מיסטיציזם, האָט געבראַכט די בחורים צום אַריז״לס מיקווה (אַ מיקווה פֿאַררעכנט פֿאַר הייליק, ווײַל מע זאָגט, אַז דער מיסטיקער, הרבֿ יצחק לוריא, האָט עס געניצט אינעם 15טן יאָרהונדערט); און בײַם סוף פֿון זײַן רעדע געפֿרעגט, אויב עמעצער וויל זיך אײַנטינקען. „כ׳בין געווען זיכער, אַז קיינעם וועט עס נישט פֿאַראינטערעסירן, אָבער פֿאַרקערט — זיי האָבן זיך אַלע אויסגעטאָן און איינציקווײַז אַרײַן אין וואַסער,‟ האָט יוסי געזאָגט.
נאָך אַ גרעסערער חידוש איז געווען מיט די מיידלעך. אַ פֿרומע רביצין האָט זיי געבראַכט צו אַ פֿרויען־מיקווה און זיי געגעבן אַ גאַנצע לעקציע וועגן דער וויכטיקייט פֿון טהרת־המשפּחה. שפּעטער האָט יוסי זיי ספּעציעל געפֿרעגט, ווי אַזוי ס׳איז געגאַנגען, ווײַל אים האָט זיך געדאַכט, אַז אַזאַ אַקטיוויטעט וואָלט זיי אָפּגעשטויסן. „זייער אינטערעסאַנט!‟ האָבן די מיידלעך, שמייכלענדיק, אים געענטפֿערט, און איינע האָט נאָך צוגעגעבן: „דאָס איז געווען מײַן באַליבטסטער טייל פֿון דער נסיעה.‟
איינער פֿון די טורן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אָבער טאַקע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קאָשמאַר, האָט ראָזענטאַל געזאָגט. ערשטנס, באַלד ווי זיי זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל, איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אַ העלפֿט פֿונעם באַגאַזש. דערנאָך, ווען זיי זענען געקומען אין האָטעל, איז קיין איינער פֿון די צימערן נאָך נישט געווען גרייט, און דערנאָך, מיט עטלעכע טעג שפּעטער, זענען אַ צאָל פֿון די באַטייליקטע קראַנק געוואָרן, און מע האָט זיי געדאַרפֿט פֿירן אין שפּיטאָל.
אינטערעסאַנט איז, אַז ווען מע האָט נאָך דער נסיעה געפֿרעגט די באַטייליקטע, ווי אַזוי ס׳איז געגאַנגען, האָבן זיי דווקא געענטפֿערט: „ס׳איז טאַקע געווען נישט אַזוי גוט אָרגאַניזירט, אָבער איך האָב דווקא זייער גוט פֿאַרבראַכט!‟
די יונגע טוריסטן האָבן בכלל נישט געוווּסט, אַז במשך פֿונעם וויזיט האָבן די פֿירער זיך שיִער נישט אַרויסגעריסן די האָר פֿון קאָפּ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.