זינט „תּגלית־געבורטרעכט‟ — דער פּראָיעקט, וואָס אָרגאַניזירט און פֿינאַנצירט די 10־טאָגיקע באַזוכן קיין ישׂראל פֿאַר יונגע לײַט — איז געגרינדעט געוואָרן אינעם ווינטער פֿון 1999, האָט מען שוין פּובליקירט אָן אַ שיעור אַרטיקלען פֿון די באַטייליקטע, אָבער זייער ווייניק פֿונעם קוקווינקל פֿון די פֿירער. און ווען עס מאַכט זיך שוין יאָ אַן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿון אַ „געבורטרעכט‟־פֿירער, איז עס געוויינטלעך נישט מער ווי אַ פּירסום־קאָמוניקאַט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע אַליין, און דעריבער גיט עס נישט איבער אַן אָביעקטיוו בילד.
דעריבער האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך לעצטנס פֿאַרבונדן מיט עטלעכע מענטשן, וועלכע האָבן ערשט געהאַט געפֿירט אַ „געבורטרעכט‟־נסיעה, כּדי זיך צו דערוויסן פּינקטלעך וואָס דאָס הייסט, צו ברענגען אַ גרופּע פֿון בערך 40 אַמעריקאַנער יונגע לײַט קיין ישׂראל, און צי די איבערלעבונג איז געווען אַנדערש ווי זיי האָבן זיך געריכט.
במשך פֿון דעצעמבער 2014 האָט „געבורטרעכט‟ געשיקט מער ווי 160 גרופּעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס יעדע גרופּע איז באַשטאַנען, דורכשניטלעך, פֿון 40 יונגע לײַט — בסך־הכּל, 6,500 מענטשן, האָט פּאַמעלאַ פֿערטל־ווײַנשטײַן, די קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין פֿון „געבורטרעכט‟, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז יעדע גרופּע האָט געהאַט צוויי אַמעריקאַנער פֿירער, הייסט עס, אַז אין דעצעמבער האָבן 328 מענטשן פֿונקציאָנירט ווי „געבורטרעכט‟־פֿירער.
בײַ מרגלית ראָזענטאַל איז דאָס שוין געווען איר פֿערט מאָל ווי אַ פֿירער פֿון אַ „געבורטרעכט‟־גרופּע, אַזוי אַז קיין גרויסע סורפּריזן האָט זי נישט געהאַט. ווי די 29־יאָריקע דירעקטאָרין פֿונעם „געבורטרעכט‟־אָפּטייל בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער לאָס־אַנדזשעלעסער געגנט, ווייסט ראָזענטאַל גוט, וויפֿל אַרבעט ווערט דורכגעמאַכט דורכצופֿירן די נסיעות. „בעת איך זיץ מיט די אַנדערע יונגע לײַט אינעם אויטאָבוס, שמועס איך און לאַך און פֿאַרברענג, פּונקט ווי זיי. אָבער ווען מיר קומען אָן אין האָטעל, זעען זיי נישט, וויפֿל איך לעב איבער צו פֿאַרזיכערן, אַז יעדנס שליסל זאָל זײַן צוגעגרייט; אַז דער האָטעל האָט באַפֿרײַט די ריכטיקע צאָל צימערן פֿאַר אונדז, און אַז יעדער צימער האָט די צוויי אָדער דרײַ בעטן, וואָס מיר האָבן באַשטעלט,‟ האָט זי געזאָגט.
בײַ די מענטשן, וואָס פֿירן אַ „געבורטרעכט‟־גרופּע צום ערשטן מאָל, קאָן די איבערלעבונג אָבער זײַן אַ שטיקל שאָק. ראָזענטאַל האָט דערציילט וועגן אַ באַקאַנטער, וועלכע האָט שטאַרק אַרויסגעקוקט אָנצופֿירן מיט דער נסיעה, האָפֿנדיק, אַז זי וועט בעת איר וויזיט אין ישׂראל קאָנען באַזוכן איר באָבע. אַ נעכטיקער טאָג…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.