שטעלט זיך פֿאָר אַ טיפּישן אַמעריקאַנער שטעטל אינמיטן אַ באַרגיקן לאַנדשאַפֿט, וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ דראַמע מיט פֿערד, הונגעריקע אינדיאַנער, דעם רײַכן בעל־הבית פֿון אַ שאַכטע מיט לאַנגע וואָנצעס, אַן איין־אויגיקן פֿאַרמער, וואָס באַוויינט זײַן אומגעקומענע באַליבטע כּלה און אַ באַן, וואָס טראָגט די פּרײַזלאָזיקע סחורה איבער די ווינטיקע ווילדע טאָלן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין קאָטאָפּאַקסי, שטאַט קאָלאָראַדאָ, אויף די הויכע 6,000־פֿוסיקע בערג, מיט אַרום 140 יאָר צוריק.
אין פֿאַרגלײַך מיט די טיפּישע אַמעריקאַנער „וועסטערנס‟, האָט די באַן געטראָגט טאַקע גאָר אַ טײַערע סחורה, אָבער אַן אומגעוויינטלעכע: אַ ספֿר-תּורה פֿאַר דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. עמנואל שלתּיאל, אַ ספֿרדישער געשעפֿטסמאַן, האָט דעמאָלט באַלעבאַטעוועט כּמעט איבער דעם גאַנצן שטעטל קאָטאָפּאַקסי. צוערשט, איז ער אָנגעקומען אויפֿן מערבֿ ווי אַ מלחמה־געפֿאַנגענער פֿונעם דרום. אַ דאַנק דעם דרייסטן אַנטשלאָסענעם כאַראַקטער, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסצומײַדן דעם מעגלעכן טויט־שטראָף און אָנהייבן אַ נײַ לעבן. אינעם יאָר 1882 איז ער געוואָרן אַ מינערײַ־אינזשעניר און דער פּרעזידענט פֿון די קופּער־שאַכטעס אין קאָטאָפּאַקסי.
ווען שלתּיאל האָט באַזוכט ניו־יאָרק, האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער טעטיקייט פֿון דער „הילף־געזעלשאַפֿט פֿאַר די העברעיִשע אימיגראַנטן‟ (HEAS) — אַ גרופּע פֿון רײַכע אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן זיך געזאָרגט וועגן די פּאָגראָמען אין דער רוסישער אימפּעריע און געפּרוּווט צו העלפֿן די ייִדן זיך אַריבערצופּעקלען פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע. אין יענער צײַט, האָט די אָדעסער באַוועגונג „עם־עולם‟ געגרינדעט אַ מין קיבוץ אין אָרעגאָן.
אינעם יאָר 1882 האָט לעאָן פּינסקער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן בראָשור „זעלבסט־עמאַנסיפּאַציע‟, וווּ ער האָט גערופֿן די ייִדן צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע היים אָדער אין פּאַלעסטינע, אָדער אין צפֿון־אַמעריקע. שלתּיאל האָט דעמאָלט פֿאָרגעלייגט אַן אייגענע ווערסיע פֿון דער ייִדישער עמאַנסיפּאַציע: אויף די „פֿאָספֿאָר־רײַכע באָדנס‟ פֿון דרום־קאָלאָראַדאָ.
ווען שלתּיאל איז געוואָרן דער בעל־הבית פֿון שאַכטעס און די אַרומיקע לענדער, האָט ער זיך באַקענט מיט מיכאל היילפּרין — דער אידעאַליסטישער פֿירער פֿון HEAS. גיבוירן אין רוסלאַנד און דערצויגן אין אַ טראַדיציאָנעלער פֿרומער משפּחה, איז ער שפּעטער געוואָרן אַ וועלטלעכער רעוואָציאָנער־געשטימטער מענטש. היילפּרין האָט געגלייבט, אַז אַמעריקע איז טאַקע אַ געראָטן אָרט פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.