דער קלאַרנעטיסט מיכאל גאָראָדעצקי איז באַקאַנט אויף דער מוזיקאַלישער גאַס אין ישׂראל, ווי אַ הויך־פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקער, וואָס איז באַשעפֿטיקט אין פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון זײַן פֿאַך — סײַ פֿון קלאַסישער און סײַ פֿון קלעזמער־מוזיק. ער האָט געשפּילט אין שאָטלאַנד און פּאַריז, אין שפּאַניע, עסטרײַך, דײַטשלאַנד, בולגאַריע, פּוילן און אַפֿילו אין ווײַטן טײַלאַנד.
חוץ זײַן קאָנצערט־טעטיקייט, איז ער טאָג־טעגלעך באַשעפֿטיקט ווי אַ לערער פֿון קלאַרנעט און סאַקסאָפֿאָן אין דער אָרטיקער קאָנסערוואַטאָריע פֿון פּתח־תּקווה, וווּ ער וווינט מיט זײַן משפּחה. טאַקע אין זײַן איצטיקער היימשטאָט האָבן מיר זיך געטראָפֿן צוליב אַ קורצן שמועס; אָבער מײַן ערשטע פֿראַגע איז פֿאַרבונדן געווען מיט זײַן אַלטער היים, מיט זײַן ייִחוס.
אין מײַן משפּחה זײַנען קיין מוזיקער נישט געווען. אַזוי אַז אין דעם זין האָב איך זיך נישט מיט וואָס צו באַרימען. די טאַטע־מאַמע האָבן געהאָרעוועט זייער גאַנץ לעבן, גאָר ווײַט פֿון דעם קולטור־פֿעלד. מיך האָט אָבער געצויגן צו מוזיק פֿון קליינערהייט אָן. כ‘געדענק, ווי כ‘האָב צום ערשטן מאָל דערהערט שפּילן אַקאָרדעאָן. בין איך געקומען אַהיים, גענומען אַ לעבל ברויט און אויסגעשניטן אויף דעם קלאַווישן; כ‘האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז איך אַליין שפּיל אַקאָרדעאָן און זינג זיך אונטער. שטעל זיך פֿאָר, די עלטערן האָבן עס באַמערקט, אָבער דאָס מאָל נישט באַשטראָפֿט מיך, ווי געוויינטלעך, נאָר פֿאַרקערט, מיך אָפּגעפֿירט אין דער מוזיקשול, די איינציקע אין שטאָט. מעגלעך, אַז ס‘איז געווען אַ מין סימן פֿון אויבן…
די שטאָט בעלץ, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן און געוואַקסן, איז אַ קליינע שטאָט. וואָס שייך דער מוזיקשול, זײַנען דאָרט אין יענער צײַט געווען גלענצנדיקע לערער, וואָס האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע יונגע תּלמידים סײַ נשמה און סײַ מײַסטערשאַפֿט. מײַן ערשטער אינסטרומענט איז געווען אַקאָרדעאָן. בײַ דער מוזיקשול האָט עקזיסטירט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער, אַ בלאָז־אָרקעסטער און אַן אָרקעסטער פֿון אַקאָרדעאָניסטן. דאָרט האָב איך זיך אָפּגעלערנט זיבן יאָר. איך האָב געשפּילט אין אַן אַקאָרדעאָן־טריִאָ, וואָס מיר פֿלעגן אָפֿט אויפֿטרעטן סײַ מיט קלאַסישע און סײַ מיט פֿאָלקלאָר־פּראָגראַמען. חוץ מיר, האָבן אין דעם טריִאָ געשפּילט מײַנע פֿרײַנד, סיאָמע קייסער — הײַנט איז ער דירעקטאָר פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אין נצרת־עלית; און איזע סאַדיגורסקי, וואָס וווינט אין קאַליפֿאָרניע און האָט אויך נישט פֿאַרלאָזט זײַן מוזיקאַלישן פֿאַך.
איך געדענק שוין נישט די סיבה, אָבער פּלוצעם זײַנען זיי ביידע אַריבער צו שפּילן קלאַרנעט. האָב איך דען געקענט אָפּשטיין פֿון מײַנע חבֿרים?! נאָך צוויי יאָר זיך לערנען קלאַרנעט בין איך אָנגעקומען אינעם קעשענעווער מוזיק־טעכניקום. מײַן לערער אין דער שול איז געווען אַ. ראַוּך.
אינעם מוזיק־טעכניקום האָב איך שוין, ווי מע זאָגט, געשליפֿן מײַן טעכניק און זיך אַנטוויקלט ווי אַ מוזיקער. צו דעם האָבן צוגעלייגט אַ האַנט מײַן קלאַרנעט־לערער וויטאַלי קאַלוזשענקאָ און די קאָנצערט־מײַסטערין טאַטיאַנאַ כאַריין, אַ וווּנדערלעכע מוזיקערין, וואָס כ‘האָב בײַ איר אַ סך גענאַשט, אין זינען פֿון אַלגעמיינער מוזיקאַלישער קולטור. און נאָך איין מענטש: איסידאָר בורדין — אַ ייִד, וואָס האָט דערהויבן די פֿאָלקס־מוזיק צו אַ הויכער פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה. אַליין גלענצנדיקער פֿידלער און מוזיקער, האָט ער אָנגעפֿירט מיטן „טאַראַף‟ — אָרקעסטער פֿון מאָלדאַווישער פֿאָלקס־מוזיק, בײַ אונדז אין טעכניקום. ער האָט אונדז געלערנט ווי אַזוי צו שפּילן פֿאָלקסמוזיק, און זײַנע לימודים קומען מיר צו נוץ ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.