(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איך בין לחלוטין ניט קיין חסיד פֿונעם זשאַנער פֿון קאַריקאַטור. נאָך מער: איך פֿאַרטראָג ניט קיין קאַריקאַטורן, וואָס לאַכן אויס סימבאָלן, וויכטיקע צי אַפֿילו הייליקע פֿאַר אַנדערע מענטשן, גלויביקע בתוכם. מיר שײַנט, אַז מע דאַרף עס ניט טאָן. אָבער דאָס איז ניט מער ווי מײַן מיינונג. פּונקט אַזוי איז, אַ שטייגער, מיט די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, פֿון וועלכע אַ סך לײַט לעקן די פֿינגער, און מיר איז נימאס אויף אָט די זאַכן צו קוקן. אויף דעם איז אויפֿגעבויט אונדזער געזעלשאַפֿט: מע טאָלערירט פֿאַרשיידנאַרטיקייט.
איך בין ניט קיין ליבהאָבער פֿון מאַסן־אַקציעס, פֿון דעמאָנסטראַציעס, ווי אויך פֿון אַלערליי ריטואַלן; אָבער דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק וואָלט איך בלי־ספֿק אַרויס אויף די גאַסן פֿון פּאַריז. און פֿון דער ווײַטנס, פֿון ניו־יאָרק, פֿיל איך, אַז איך בין ווירטועל דאָרטן, צווישן דעם ריזיקן עולם. בפֿרט נאָך, אַז איך דערקען די פּאַריזער לאַנדשאַפֿט. ניט ווײַט פֿון דעם אָרט, וווּ עס האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט דער עולם, איז דאָך אַ מאָל געווען די „מעדעם־ביבליאָטעק‟.
דער פּאַראַדאָקס פֿון מערבֿדיקער טאָלעראַנץ באַשטייט אין דעם, וואָס מע טאָלערירט אויך פֿאַנאַטיזם, וועלכער, ווי מיר ווייסן, אָנערקענט ניט טאָלעראַנץ. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט יעדע מערבֿדיקע געזעלשאַפֿט פֿאַנאַטישע, בפֿרט רעליגיעז־פֿאַנאַטישע, אינדזלען. ס’רובֿ אַזעלכע פֿאַנאַטיקער זײַנען ניט באַזונדערס געפֿערלעך; דער עיקר, אַז זיי פּרוּוון ניט איבערצומאַכן די וועלט אַרום זיך. זיי ווילן נאָר, מע זאָל זיי ניט טשעפּען אין זייער אייגן וועלטל.
ניט צו פֿאַרגלײַכן געפֿערלעכער זײַנען די פֿאַנאַטיקער, וואָס ווילן איבערקערן די וועלט, אויפֿצובויען זי בגוואַלד לויט זייערע אייגענע מאָסן. אין 20סטן יאָרהונדערט איז די וועלט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן דורך קאָמוניזם און פֿאַשיזם. הײַנטיקע צײַטן קומט די דאָזיקע סכּנה, דער עיקר, פֿון דער מוסולמענישער גאַס. און ס’איז קלאָר, אַז דער מערבֿ האָט דערווײַל ניט אויסגעאַרבעט קיין עפֿעקטיווע סטראַטעגיע פֿון קעמפֿן מיט דער דאָזיקער סכּנה. די געשעענישן אין פּאַריז האָבן עס בולט אָנגעוויזן.
אַגבֿ, עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו הערן, וואָס די פֿראַנצויזישע מחברים און לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ טראַכטן וועגן בנימין נתניהוס אויפֿפֿירונג אין די טראַגישע טעג, בפֿרט בעת זײַן באַזוך אין פּאַריז. צי איז עס געווען לײַטיש (און קלוג) צו רופֿן אין דער דאָזיקער צײַט די פֿראַנצויזישע ייִדן צו פֿאַרלאָזן זייער לאַנד? און וואָס איז מכּוח דעם אײַנפֿאַל פֿון ברענגען די פֿיר אומגעבראַכטע ייִדן צו קבֿורה דווקא אין ישׂראל? מיר דאַכט זיך, אַז דערמיט ווערט אויפֿגעבוירט אַ נײַע מניעה צווישן די פֿראַנצויזישע ייִדן און פֿראַנקרײַך. אָבער אפֿשר בין איך ניט גערעכט.
עס בלײַבט ניט קלאָר, פֿאַר וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען רעפּרעזענטירט געוואָרן אין פּאַריז דורך דעם הויפּט־פּראָקוראָר עריק האָלדער, און נישט דורך פּרעזידענט אָבאַמאַ. אַ סבֿרא, אַז אי דער פּרעזידענט, אי דער וויצע־פּרעזידענט, אי דער מלוכה־סעקרעטאַר זײַנען געווען גוואַלדיק פֿאַרנומען מיט אַנדערע ענינים. מע זאָגט, אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זונטיק געקוקט פֿוטבאָל, וואָס איז, בלי־ספֿק, אויך אַ וויכטיקע טירחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.