אַטענטאַטן אין פֿראַנקרײַך — אַ קוק פֿון פּאַריז

Assassinations in France – A Parisian's Perspective

אין דער שעה פֿון תּפֿילה אַנטקעגן דעם הויפּט־מעטשעט, פּאַריז
Getty Images
אין דער שעה פֿון תּפֿילה אַנטקעגן דעם הויפּט־מעטשעט, פּאַריז

פֿון יצחק ניבאָרסקי

Published January 14, 2015, issue of February 06, 2015.

די דרײַ מאָרדנפֿאַלן אין פּאַריז וואָס האָבן אויפֿגעטרייסלט די וועלט, זענען קענטיק נישט געווען קיין דרײַ אָדער צוויי באַזונדערע עפּיזאָדן, נאָר איין קאָאָרדינירטע ריי.

די קרבנות געהערן צו די דרײַ גרופּעס, צו וועלכע די איסלאַם–פֿאַנאַטיקער אין אייראָפּע לאָזן אויס סיסטעמאַטיש זייער רציחה–לוסט זינט עטלעכע יאָר: פֿרײַדענקערישע זשורנאַליסטן (אין איצטיקן פֿאַל — קאַריקאַטור–צייכענערס), פּאָליציאַנטן און מיליטער–לײַט (דער עיקר די, וואָס שטאַמען פֿון דער צפֿון–אַפֿריקאַנישער אָדער צענטראַל–אַפֿריקאַנישער אימיגראַציע), און ייִדן.

די דרײַ אומגעקומענע טעראָריסטן ווײַזן אויך אַ כאַראַקטעריסטישן פּראָפֿיל: געבוירענע אין פֿראַנקרײַך, אָפּשטאַמיקע פֿון דער מוסולמענישער אַראַבישער אָדער שוואַרץ–אַפֿריקאַנישער אימיגראַציע, זענען זיי אויפֿגעוואַקסן אין די פֿאַרוואָרלאָזטע הינטערשטאָטישע געגנטן, וווּ עס הערשט זינט יאָרצענדליקער אַרבעטסלאָזיקייט און פֿרוסטראַציע. אַזעלכע יונגע–לײַט, דער עיקר, די גײַסטיק שוואַכערע פֿון זיי, פֿאַלן טייל מאָל אַרײַן אין פֿאַרברעכערישקייט. צווישן די יוגנטלעכע פֿאַרברעכערס האָבן די גרעסטע הצלחה די עקסטרעמע דזשיהאַד–פּריידיקערס (גאַנץ אָפֿט — אינטערנעץ–פּריידיקערס), וואָס לייזן זיי כּלומרשט אויס פֿון דער אונטערוועלט, כּדי צו מאַכן פֿון זיי בלינדע פֿאַנאַטיקער. נאָר דער וויכטיקסטער צד–השווה צווישן די דרײַ טעראָריסטן (און צווישן די שולדיקע אין די פֿריִערדיקע בלוטיקע אַטענטאַטן) איז דאָס, וואָס זייער מיליטערישע אויסשולונג האָבן זיי באַקומען אויף די דזשיהאַד–פֿראָנטן אין אַפֿגאַניסטאַן צי איראַק, סיריע, תּימן אָדער ליביע.

די רעאַקציע פֿון פֿראַנצייזישן עולם איז געווען אַן עמאָציאָנעלע און אַן אימפּאָזאַנטע, אין דער פֿאָרעם פֿון דעמאָנסטראַציעס, וואָס האָבן מאָביליזירט מיליאָנען מענטשן איבערן גאַנצן לאַנד, און אין וועלכע עס האָבן זיך אָנגעשלאָסן — מסתּמא נישט אָן אייגענע אויסרעכענונגען — אָרטיקע פּאָליטיקערס און מלוכה–לײַט פֿון צענדליקער לענדער. אַזאַ דעמאָנסטראַציע ווירקט גוט אינעם מאָמענט אויף דער קאָלעקטיווער שטימונג, אָבער קיין רפֿואה צו דער מכּה איז זי נישט. אמת, זי האָט געוויזן, אַז אויך מאַסן מוסולמענישע אײַנוווינערס טאַדלען די מערדערס נישט ווייניקער ווי אַלע אַנדערע סעקטאָרן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער וואָס זאָלן טאָן די פֿראַנצייזישע מלוכה–אָנפֿירערס, פּונקט ווי די פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, כּדי צו פֿאַרקלענערן אויף להבא די מעגלעכקייט פֿון אַזעלכע אַטענטאַטן?

אײַנפֿירן אַ שטרענגע באַוואַכונג פֿאַר ייִדישע שולן און קהילה–צענטערס — דער באַשלוס ווערט שוין דורכגעפֿירט — איז אַוודאי דערווײַל נייטיק. די רעגירונג — אַלע אייראָפּעיִשע רעגירונגען — זאָגט אויך צו בעסער צו קאָנטראָלירן און אונטערדריקן די מקורים פֿון טעראָר. דאָס צו דערגרייכן באמת וועלן זיי זיך מוזן אָפּטרייסלען פֿון צוויי דעמאַגאָגישע צעקרימונגען, וואָס זענען שוין קענטיק זינט אַ שיין ביסל יאָרן. פֿון איין זײַט, גייט אָן אַ העצע, וואָס באַשולדיקט אַלע מוסולמענער, און זייער אמונה גופֿא, אינעם עקספּאַנסיע–משוגעת פֿון די דזשיהאַדיסטן. דאָס איז פֿאַלש. דער איבערוועגנדיקער רובֿ פֿון די מוסולמענער אין אייראָפּע פֿירט און וויל ווײַטער פֿירן אַ פֿרידלעך צוזאַמענלעבן, און די העצע קען זיי נאָר דערנענטערן צו די עקסטרעמיסטן. אין די לעצטע פֿינף טעג האָט מען פֿאַרצייכנט אַרום צוואַנציק אַטענטאַטן אויף מעטשעטן. צי דאַרף מען אויך דאָרטן אַוועקשטעלן וואַכן? די בלינדע אַנטי–מוסולמענישע העצע איז אַ סכּנותדיקע פּאַסטקע.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען ביז איצט, מיטן תּירוץ נישט צו פֿאַרשפּרייטן קיין אַנטימוסולמענישע פֿײַנטשאַפֿט, בכלל געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז די הונדערטער קלענערע צי גרעסערע אַנטיסעמיטישע און אַנדערע אָנפֿאַלן מצד די יונגע מוסולמענער, זענען די שולד פֿון יחידים אָדער פֿון קליינע איזאָלירטע גרופּעס. דאָס איז אויך פֿאַלש. אין דער גרויסער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג פֿון מערבֿ–אייראָפּע איז אָן קיין שום ספֿק פֿאַראַן אַ מיעוט וואָס שטימט צו, אַקטיוו אָדער פּאַסיוו, צו די פֿאַרברעכערישע האַנדלונגען; דאָס איז נישט קיין אומבאַטײַטיקער סעקטאָר און מע מוז אים אָנרופֿן בײַם נאָמען. ווײַט פֿון ביידע דעמאַגאָגישע נייגונגען וואָלט זיך געדאַרפֿט ציִען די ליניע פֿון יעדער מאַכט, וואָס וויל ניכטער און ווירקעוודיק באַקעמפֿן דעם טעראָר דורך אַ זיכערקייטס–פּאָליטיק פֿון אָנגענומענעם שניט.

איך מיין אָבער, אַז די קליגסטע, די ערלעכסטע און די סאַמע אַנטשלאָסענע זיכערקייטס–פּאָליטיק קען נישט גרינטלעך אויסהיילן אַ קרענק, וואָס כאַפּט אַרום נישט בלויז געבוירענע מוסולמענער. די דזשיהאַד–פֿלאַקערס ציִען דאָך צו אויך אַ צווייטן טיפּ פֿאַנאַטיזירטע יוגנטלעכע פֿון אייראָפּע, אפֿשר אויך פֿון אַמעריקע דווקא קינדער פֿון מיטלקלאַס, אָפּשטאַמיקע פֿון רויִקע, אַלט–געזעסענע קריסטלעכע (און צו מאָל ייִדישע) משפּחות, וואָס באַקערן זיך פּלוצלינג צום מוסולמענישן גלויבן און ווערן, אין אַ סך פֿאַלן, בליץ שנעל ראַדיקאַליזירט. איבער צוואַנציק פּראָצענט פֿון אַלע דזשיהאַד–פֿרײַוויליקע אין סיריע–איראַק שטאַמען איצט פֿון אייראָפּע, צי דאָס זענען קינדער פֿון פֿאַרשטויסענעם מוסולמענישן דלות, צי „נײַע מוסולמענער“ פֿון אַ סתּם אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם.

ווי דערקלערט מען דעם פֿאַקט, אַז דער מיטל–מיזרחדיקער דזשיהאַד — די טעראָריסטן–שול אין וועלט–מאָסשטאַב — ציט צו, אין פּראַפּאָרץ, אַ סך מער פֿרײַוויליקע פֿון אייראָפּע איידער פֿון די אַראַבישע לענדער ווי מצרים? דאָס קען מען נאָר דערקלערן מיטן מאָראַלישן דורכפֿאַל פֿון אונדזער הײַנטיקער פֿאַרמיסחרטער ציוויליזאַציע. שוין צענדליקער יאָרן גייט אָן, וואָס ווײַטער אַלץ ברייטער און טיפֿער, אַ ריזיקער פּראָצעס פֿון איבערגעשטאַלטיקן די מענטשהייט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ביסלעכווײַז זאָל זיך די מענטשלעכע טבֿע אין גאַנצן פֿאַרענדערן.

אָט באַלד וועט מען שוין נישט קענען זאָגן, אַז דער מענטש איז דאָס באַשעפֿעניש וואָס טראַכט, אָדער וואָס לאַכט, אָדער וואָס פֿאַרמאָגט אַ מאָראַליש געוויסן. מענטש וועט הייסן נאָר יענער, וועלכער יאָגט זיך נאָך געלט און קויפֿט וואָס מע הייסט אים קויפֿן. פֿון אַלע ווינקעלעך רוימט מען איצט אויס אַלץ, וואָס קען שמעקן מיט אידעאַליזם, שטרעבונג צו יושר, ליבשאַפֿט צו וויסן לשמה אָדער צו שיינקייט לשמה; און דאָרטן, וווּ די מיושבֿדיקע בעלי–שׂכל האָבן שלום געמאַכט מיטן געדאַנק, אַז אַחוץ דעם מאַרק איז גאָרנישט פֿאַראַן, דאָרטן געפֿינען אַ גרינגע פּרנסה די רציחה–הענדלערס, וואָס זיי ווייסן גראָד יאָ צו פֿאַרשטעלן זייער טויט–סחורה אונטער אַן אָנבליק פֿון מסירת–נפֿש און קאַמף פֿאַר אַ העכערן צוועק.

אויב אונדזערע געזעלשאַפֿטן וועלן האָבן דעם כּוח צו דערוועקן אין זיך, אויפֿן אָרט פֿון אומעטומיקן געלט–ציניזם, עכטע מענטשלעכע אידעאַלן, וועלן זיך ממילא אויסשעפּן די הצלחות פֿון די דזשיהאַד–פֿאַרשפּרייטער, און צוזאַמען דערמיט וועט די אַטענטאַטן–סכּנה נישט נאָר אונטערגעדריקט ווערן, וואָס דאָס קען נאָר גילטן ביז אַ צײַט, נאָר פֿאַרלירן אירע וואָרצלען.