(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס איז אַזוינס „אינטערקולטוראַליזם‟? סע קלינגט עפּעס ווי אַ מין וואַריאַנט פֿון „מולטיקולטוראַליזם‟, דהײַנו, דער געדאַנק, אַז די פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס קענען און אַפֿילו דאַרפֿן באַהאַלטן זייערע אידענטיטעטן. אַ נאַציע מוז נישט זײַן מאָנאָליטיש. פֿאַרקערט: א נאַציע קען זײַן אַ מאָזאַיִק פֿון כּל־המינים גרופּעס. ווי באַקאַנט, איז אַ מאָזאִַיִק זייער אַ שיינע זאַך.
אַזאַ שאַרפֿע קריטיקערין פֿון מולטיקולטוראַליזם די טעג איז אַנגעלאַ מערקעל. זי האַלט, אַז אַ סך טערקן, למשל, וואָס זענען געקומען לעבן אין דײַטשלאַנד, באַמיִען זיך נישט אַפֿילו צו לערנען די דײַטשישע שפּראַך. הכּלל, נישט אַלץ איז פֿויגלדיק אין דער מולטיקולטי־געזעלשאַפֿט. די שפּאַנונג צווישן די אַלטע און די נײַע אײַנוווינער וואַקסט כּסדר, און ביידע צדדים זענען נישט גליקלעך.
דער אינטערקולוטוראַליזם איז על־פּי־פּנים דער אַלטער מולטיקולטוראַליזם, אָבער פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט. די אינטערקולטוראַליסטן טענהן, אַז מען קען יאָ לעבן אין איינעם, אָבער די פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס דאַרפֿן זײַן אָפֿן איינע פֿאַר דער צווייטער. עס איז נישט אמת, זאָגן זיי, אַז מען דאַרף געהערן צו אַ געוויסער גרופּע, כּדי צו פֿילן איר עטנישן טעם. אַ טערק, למשל, קען פֿאַרשטיין וואָס דאָס מיינט צו זײַן אַ באָבאָווער חסיד, און פֿאַרקערט.
אַ בכּבֿודיקער קאָמיטעט גרייט צו די פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ. קלאַודיאַ לענץ פֿונעם אייראָפּעיִשן ווערגעלאַנד־צענטער, סיור בערגען — פֿון דער דערציִונג־אָפּטייל בײַם אייראָפּעיִשן ראַט, אַליציאַ פֿאַצעוויטש פֿונעם פּוילישן צענטער פֿאַר ציווילער דערציִונג און אַנדערע.
מען לאָזט אונדז שוין וויסן, אַז אין דער קאָנפֿערענץ וועט מען דעבאַטירן פּראָבלעמען ווי עמיגראַציע, דיסקרימינאַציע, דער קאַמף קעגן דיסקרימינירונג וכדומה.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער איך האָב מורא, אַז די וואָס האָבן געהאָפֿט, אַז דער ייִדישער מוזיי וועט זיך פֿאַרנעמען לײַב-און-לעבן מיט אונדז, פּוילישע ייִדן, וועלן בלײַבן מיט עפּעס אַ ביטערן טעם אין מויל.
מיר און די משפּחות, וואָס מען האָט זיי אומגעבראַכט אויף דער דאָזיקער ערד, זענען, על־פּי־פּנים, נישט גענוג וויכטיק מען זאָל זיך פֿאַרנעמען נאָר מיט אונדז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.