די הויפּט־טעמע אינעם רוסלענדישן מעדיאַ די טעג איז פֿאַרבונדן מיט דער פֿראַנצייזישער טראַגעדיע. מע רעדט אַרום דעם מאָרד פֿון די קאַרטוניסטן פֿון „שאַרלי העבדאָ‟ און דאָס פֿאַרכאַפּן דעם כּשרן סופּערמאַרק אין פּאַריז. די צוויי הויפּט־רבנים פֿון רוסלאַנד: הרבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש און הרבֿ בערל לאַזאַר, ווי אויך אַלע וויכטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, האָבן געשיקט טרויערבריוו דער פֿראַנצייזישער ייִדישער קהילה.
דאָס רובֿ דערקלערט, אַז די טעראָריסטן געהערן ניט צו קיין פֿאָלק און רעליגיע, נאָר די קאָנפֿערענץ פֿון די אייראָפּעיִשע רבנים, וואָס אין איר נאָמען האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן פּעטיציע דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע פּנחס גאָלדשמיט, באַשולדיקט בפֿירוש די הויפּט פֿון דער מוסולמענישער געזעלשאַפֿט פֿון אייראָפּע, וואָס פֿון דאָרטן קומט אַרויס דער ראַדיקאַלער איסלאַמיזם.
דער מאָסקווער צענטער „ספֿר‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אַנטוויקלען דאָס לערנען פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד און פֿאָרשונגען אויף דעם געביט, האָט געמאָלדן וועגן צוויי נײַע אויפֿטוען. דער ערשטער אויפֿטו איז אַ נײַער „וועבינאַר‟ (וועב־סעמינאַר). דער צענטער האָט שוין מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אָרגאַניזירט אַ ריי „אָנלײַן‟־קורסן, און דער נײַער קורס, געפֿירט פֿון מאָטל גאָרדאָן און תּמרה סאָלאָמאַטינאַ פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, איז געווידמעט דער ייִדישער עפּיגראַפֿיק: די צוהערער קענען זיך אויסלערנען צו לייענען די שריפֿטן אויף מצבֿות, וואָס איז אַ שטיק חכמה, צוליב די באַזונדערע קירצונגען, קלישעס און ציטאַטן, וואָס ווערן געניצט אין אַזעלכע שריפֿטן. די דאָזיקע קענטענישן קאָנען אויסזען מאָדנע און נוצלאָז, אָבער מע קען זיי יאָ אָנווענדן. די לעצטע יאָרן אָרגאַניזירט „ספֿר‟, ווי אויך אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, עקספּעדיציעס אין די געוועזענע שטעטלעך אָדער אין שטעט, וווּ עס זענען געווען ייִדישע קהילות און זענען געבליבן בית־עלמינס. דער ציל איז צו קאַטאַלאָגירן די בית־עלמינס (צו פֿאָטאָגראַפֿירן אַלע מצבֿות און צו לייענען און פֿאַרשרײַבן אַלע אויפֿשריפֿטן) — אי כּדי צו פֿאַראייביקן די נעמען פֿון די פֿאַרשטאָרבענע (ס׳רובֿ קינדסקינדער זייערע זענען אומגעקומען אינעם חורבן, און ס’איז ניטאָ ווער ס’זאָל קדיש זאָגן), אי צוליב דעם אינטערעס צו מצבֿות ווי אַ קונסטווערק און אַ היסטאָרישן קוואַל. אין אַזעלכע עקספּעדיציעס נעמען אַלע יאָר אָנטייל עטלעכע צענדליק סטודענטן. פֿריִער מוזן זיי זיך אויסלערנען צו לייענען די שריפֿטן, וואָס זיי קענען טאָן אין די ראַמען פֿון דעם נײַעם „ספֿר‟־וועבינאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.