(די 2 טע זײַט פֿון 6)
במשך פֿון די 1940ער יאָרן האָבן די לערער און פֿאַרוואַלטער פֿון דער עקזעקוטיווע אָפֿט באַטאָנט דעם דוחק פֿון געלט און די ירידה פֿון תּלמידים אין די שולן. בעת אַ זיצונג אין אָקטאָבער 1941 האָט די לערערין אסתּר קאָדער געטענהט מיט טרערן אין די אויגן, אַז אַ סך ייִנגלעך נעמט מען אַרויס פֿון די שולן עטלעכע יאָר איידער זיי ווערן בר־מיצווה, כּדי זיי זאָלן זיך קענען לערנען לייענען תּורה און הפֿטרה. „מען האָט שוין מיט יאָרן צוריק וועגן דעם גערעדט, אָבער ס׳איז נאָך אַלץ ניטאָ אַ פּראָגראַם אין די ש״ע שולן פֿאַר אַ בר־מיצווה צערעמאָניע,‟ האָט קאָדער געזאָגט. „זאָל מען יאָ אָדער ניט אַרײַננעמען אַ ספֿר־תּורה אין די שולן?‟ אַזאַ שריט האָט אָבער, אַ פּנים, דעמאָלט נאָך אויסגעזען צו ראַדיקאַל פֿאַר דער פֿאַרוואַלטונג.
אַ פּראָמינענטער לערער, דוד בזשאָזשע, האָט אויך געהאַלטן, אַז די שולן זאָלן אָננעמען אַ מער טראַדיציאָנעלן כאַראַקטער, האָט ער פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל דורכפֿירן אַ דריטן סדר, ווי אַ מיטל צוצוציִען נײַע משפּחות. אַ צווייטער פֿאַרוואַלטער, חבֿר טאַראַווסקי, האָט אָבער געענטפֿערט: „דער דריטער סדר איז אַן איבערבלײַב פֿונעם לינקן עלעמענט, און ס׳וועט אויך שטערן די פֿאָלקשולן, וואָס האָבן באַזונדערע פּסח־אונטערנעמונגען.‟
לייבוש לעהרער, דער דירעקטאָר און גײַסטיקער פֿירער פֿונעם „שלום־עליכם פֿאָלק אינסטיטוט‟ קעמפּ בויבעריק, און אַ שטיצער פֿון דער אידעע, אַז ייִדישקייט באַשטייט פֿון אַ גאַנצער פֿאָלק־קולטור, נישט בלויז אַ רעליגיע, האָט צוגעגעבן, אַז דער אויסדרוק „דריטער סדר‟ איז „ניט פּאַסיק פֿאַר אונדז, ייִדן. לאָמיר אָפּהיטן די עקזיסטירנדיקע יום־טובֿים, מיר דאַרפֿן ניט קיין נײַע.‟ דערבײַ האָט ער פֿאָרגעשלאָגן אָרגאַניזירן אַ צווייטן סדר, אָדער אַ קאָנצערט אינעם גײַסט פֿון פּסח.
לעהרערס באַמיִונגען אַרײַנצוברענגען די ייִדישע טראַדיציעס אויף אַ סימבאָלישן (נישט רעליגיעזן) אופֿן האָבן אָבער אַ מאָל צעטומלט געוויסע סעקולערע פֿאַרוואַלטער. ווען דער אינסטיטוט האָט, למשל, באַשלאָסן אײַנצופֿירן עונג־שבת פֿײַערונגען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, וואָס האָבן, אַ פּנים, צוגעצויגן אַ ממשותדיקן עולם, און דערבײַ דערהויבן די שטימונג בכלל, האָט איין פֿאַרוואַלטער געפֿרעגט: „אָבער פֿאַר וואָס איז ניט דערלויבט צו אַפּלאָדירן פֿרײַטיק אָוונטן?‟ לעהרער האָט, אויף זײַן רויִקן, פּעדאַגאָגישן אופֿן, געענטפֿערט: „אין טעאַטער אַפּלאָדירט מען ווײַל דער פּובליקום באַטייליקט זיך ניט אין דער פֿאָרשטעלונג; בלויז די אַקטיאָרן זענען וויכטיק. אָבער אין אַ פּלאַץ וווּ דער עיקר איז פֿײַערלעכקייט, וווּ אַלע באַטייליקן זיך, און דער חזן איז בלויז דער שליח־ציבור, ברענגען די אַפּלאָדיסמענטן אַרײַן אַ ניט־געוווּנטשענעם גײַסט.‟
איין מאָל האָט געטראָפֿן, אַז אַ ייִד איז בעת אַן עונג־שבת צוגעגאַנגען צו די אָנגצונדענע שבת־ליכט און געניצט דעם פֿלאַם אָנצוצינדן זײַן פּאַפּיראָס. דער אַקט האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן פּראָטעסט אויף דער קומעדיקער זיצונג פֿון דער עקזעקוטיווע, און דער פּראָטאָקאָל־סעקרעטאַר, אַבֿרהם שווייד (אַליין אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור און אַ טראַדיציאָנעל־געשטימטער ייִד) האָט עס אויך פֿאַרדאַמט, סײַ בעל־פּה אויף דער זיצונג, סײַ בכּתבֿ אינעם פּראָטאָקאָל — אַ שריט וואָס האָט אַליין אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט בײַ אַ טייל פֿון דער עקזעקוטיווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.