ווען מע דערמאָנט הײַנט די וועלטלעכע ייִדישע שולן צווישן די יאָרן 1920 און 1970, שטעלט מען זיך פֿאָר, אַז זיי זענען אַלע געווען ענלעך. אין די „שלום־עליכם שולן‟, „אַרבעטער־רינג שולן‟, „פֿאַרבאַנד שולן‟ און די „אָרדן‟־שולן, האָט מען געלערנט די קינדער די ייִדישע שפּראַך, סעקולערע ייִדישע ליטעראַטור, געשיכטע און געזאַנג, בעת אין די תּלמוד־תּורות, האָט מען געגעבן די קינדער אַ רעליגיעזע דערציִונג.
דער אמת איז אָבער, אַז אינעם „שלום־עליכם אינסטיטוט‟ האָט יאָרן לאַנג געהערשט אַ וויכּוח וועגן דער ריכטונג וואָס זייערע שולן זאָלן גיין. די פֿירער, ד״ר שלמה סײַמאָן און לייבוש לעהרער — ביידע אָנגעזעענע פּעדאָגאָגן און שרײַבער — האָבן געפּריידיקט אַרײַנצונעמען טראַדיציאָנעלע עלעמענטן, אָבער אַ מאָל זענען זיי אַליין געווען אומזיכער ווי ווײַט מע זאָל גיין מיט דעם. אין 1942, למשל, האָט סײַמאָן שטאַרק קריטיקירט די ייִדישע צײַטונגען פֿאַר האָבן אָפּגעדרוקט אַ קול־קורא פֿון דער חב״ד באַוועגונג, זוכנדיק תּלמידים און פֿינאַנציעלע שטיצע. „מע דאַרף באַקעמפֿן דעם דאָזיקן קול־קורא,‟ האָט סײַמאָן דערקלערט.
לויט אַ סעריע האַנט־געשריבענע פּראָטאָקאָלן פֿון דער עקזעקוטיווע פֿונעם „שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט‟ צווישן די יאָרן 1941 און 1948, זעט מען אָבער ווי שטאַרק דער חורבן האָט באַווירקט די וועלטלעכע שלום־עליכם שולן אײַנצופֿירן מער ייִדישע מנהגים און טראַדיציעס אינעם ייִדישן קלאַסצימער. די פּראָטאָקאָלן, געפֿירט דורכן פּראָטאָקאָל־סעקרעטאַר, אַבֿרהם שווייד, זענען זייער פֿאַרכאַפּנדיק, ווײַל זיי פֿאַרצייכענען נישט בלויז די ציפֿערן (וויפֿל שולן זענען געווען, וויפֿל תּלמידים, וויפֿל איז געווען דער שׂכר־לימוד, אאַז״וו) אָבער אויך די וויכּוחים וועגן דער ריכטונג וואָס די שולן זאָלן אָננעמען, אין אַ צײַט ווען ס׳רובֿ פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געשטרעבט בלויז זיך צו אַסימילירן.
די פּראָטאָקאָלן זענען לעצטנס צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון שוויידס טאָכטער, געלע שווייד־פֿישמאַן, אַליין אַ לאַנג־יאָריקע לערערין אין די „שלום־עליכם שולן‟, און די דירעקטאָרין פֿון דער „זאַמלונג פֿון די וועלטלעכע ייִדישע שולן‟ אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט. איין קאָפּיע פֿון די פּראָטאָקאָלן וועט אין גיכן געשיקט ווערן צו דער זאַמלונג אין סטאַנפֿאָרד, אונטער „ספּעציעלע זאַמלונגען‟, און אַ צווייטער — אין ייִוואָ.
אין פֿאַרגלײַך מיט די סאָציאַליסטיש־געשטימטע אַרבעטער־רינג שולן, די ציוניסטישע פֿאַרבאַנד־שולן, און די „אָרדן‟־שולן, האָבן די שולן פֿונעם שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט (און זײַן זומער־לאַגער, קעמפּ בויבעריק) געלייגט דעם טראָפּ אויף דער שאַפֿערישקייט פֿון ייִדישן פֿאָלק, און נישט באַטאָנט קיין שום פּאָליטישע ליניע אינעם קוריקולום פֿון די שולן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.