ווי ברענגט מען אַרײַן חידושים אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג?

Yiddish Studies From a New Perspective


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

עפּעס ענלעכס קומט פֿאָר איצטערט אױך: די סאַמע נאָװאַטאָרישע פֿאָרשונגען אין ייִדיש קומען פֿאָר דװקא אין יענע געביטן, װאָס פֿאַרמאָגן אַ ברײטערן אינטערעס, װי למשל, פֿעמיניסטישע שטודיעס, פּאָליטישע טעאָריע, חורבן־געשיכטע. און דאָ דאַרף מען ספּעציעל באַטאָנען דעם װוּקס פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען אין דײַטשלאַנד און פּױלן, װוּ ייִדיש פֿאַרנעמט איצט אַן אײגנאַרטיק אָרט אין דער נײַער פּראָבלעמאַטיק פֿון טאָלעראַנץ און מולטי־קולטורעלקײט. דער נײַער אױפֿקום פֿון אינטערעס צו ייִדיש אין ישׂראל האָט ענלעכע אידעאָלאָגישע װאָרצלען.

אָבער װאָס טוט מען מיט פֿאָרשונגען פֿון ייִדיש „לשמה‟, מיט פֿונדאַמענטאַלע פּראָיעקטן אין לעקסיקאָגראַפֿיע, ביבליאָגראַפֿיע, שפּראַך־געשיכטע און ליטעראַטור–געשיכטע? אין די דאָזיקער בראַנזשעס האַלט זיך שמאָל, און אײנע פֿון די סיבות איז דװקא דאָס, װאָס עס האָט דערמאָנט פֿרײַנד בורקאָס „אַלטמאָדישער ייִדישיסט‟. עס פֿעלט דעם נײַעם דור די יסודותדיקע בילדונג, װאָס הײבט זיך אָן אין דער שול און װערט װײַטער פֿאַרפֿעסטיקט אין אוניװערסיטעט, אַזױ װי מען לערנט אַנדערע שפּראַכן. די דאָזיקע פּראָבלעם לאָזט זיך מסתּמא אין גיכן ניט לײזן, און מען װעט דאַרפֿן זיך װי־ניט־איז צופּאַסן צו די פֿאַראַנענע פֿאָרמען פֿון „קאָלעדזש־ייִדיש‟ און זומער־פּראָגראַמען. דער פּרײַז, װאָס מען צאָלט פֿאַרן ממשיך זײַן די ייִדישע פֿאָרשונגען איז אַ פֿראַגמענטאַציע פֿונעם פֿעלד.

די קומעדיקע דורות פֿאָרשער װעלן שױן מער ניט האָבן אַזעלכע אַרומנעמיקע קענטענישן פֿון דער ייִדישער קולטור און שפּראַך, װי זײערע אַקאַדעמישע אָבֿות און אמהות. אײניקע טײלן פֿון דער ייִדישער קולטורעלער ירושה, װי למשל, די מאָדערניסיטישע דיכטונג אָדער פֿרױען־ליטעראַטור, װעלן במילא זײַן מער פּאָפּולער אײדער אַנדערע. זײ לאָזן זיך בעסער צופּאַסן צו די הײַנטיקע קולטורעלע און מעטאָדאָלאָגישע השׂגות. פֿאַרקערט, די סטאַטעטשנע רעאַליסטישע ראָמאַנען װעלן לעת־עתּה פֿאַרבלײַבן אַ פֿאַרלעגענע סחורה, װאָרן דער אינטלעקטועלער נאָכפֿרעג אױף זיי איז אַ קנאַפּער.

װאָס זשע קאָן מען טאָן, כּדי צו דערמוטיקן דעם אינטערעס צו די ייִדיש־פֿאָרשונגען? קודם־כּל, דאַרף מען אױפֿלעבן דעם אינטעלעקטועלן פֿאַרקער, קאָאָרדינאַציע, אױסטױש צװישן די פֿאַרשידענע עקן פֿון אונדזער גלות־װעלט, פֿון ביראָבידשזאַן ביז בוענאָס־אײַרעס. דורך אַזאַ קאָלעקטיװן אױפֿטו קאָן מען פּרוּװן צו פֿאַרפֿילן די בלױזן, װאָס יעדער יחיד האָט אין זײַנע קענטענישן. ייִדישע קולטור פֿאַרמאָגט אַ רײַכע אינטעלעקטועלע ירושה, װאָס קאָן נאָך דינען װי אַ ניצלעכער יסוד פֿאַר דער צוקונפֿט.