דער טויט פֿונעם גרויסן עקספּערימענט

The End of the Great Experiment

Max Gershman

פֿון עמיל קאַלין

Published January 20, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער „אַראַבישער פֿרילינג‟ האָט גורם געווען אַ ריזיקע כוואַליע פֿון אַרויסוואַנדערונג, וואָס וועט נאָך בײַטן אייראָפּע אין די קומענדיקע דורות, און אַרויסרופֿן אַ שרעקלעכן עקסטרעמיזם — סײַ פֿון די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן, פֿון איין זײַט, און סײַ פֿון די צוגעקומענע איסלאַמיסטישע טעראָריסטן, פֿון דער אַנדערער זײַט.

דער סאַודישער קעניג האָט דאָך, נישט לאַנג צוריק, געוואָרנט די אייראָפּעער, אַז דער טעראָר איז אויפֿן וועג צו זיי. ווי ווײַט האָבן זיך גערעכט מיט זײַן מיינונג די אייראָפּעער איז נישט קלאָר, נאָר עס איז זיכער, אַז דער טעראָר האָט געפּאַקט אייראָפּע שלאָפֿנדיק.

די פֿראַנצויזישע פּאָליציי האָט טיילצײַט אויסגעזען ווי אין די פֿילמען מיטן קאָמיקער לויִ דע פֿינע — אַ כאָפּטע דעליטאַנטן; נישט נאָר די טעראָריסטן האָבן אויסגעפֿירט זייער שוידערלעכן פּלאַן, זיי האָבן אויכעט דערשאָסן אַ פּאָליציאַנט און אַרומגעפֿאָרן פֿראַנק־און־פֿרײַ איבער פֿראַנקרײַך צוויי מעת-לעתן.

די מעדיאַ און די מערבֿדיקע פּאָליטיקער האָבן רעאַגירט אויפֿן טויט פֿון זייער „עקספּערימענט‟, פּונקט ווי זיי טוען עס כּסדר: געזוכט אַ שולדיקן אין זיך אַליין — מ׳האָט זיי געזאָלט בעסער אינטעגרירן!

אין דער אמתן, וועקט דאָס זוכן שולדיקע נאָך מער אויף דאָס רחמנות־געפֿיל. ס’איז הײַנט אַ רחמנות צו קוקן אויף מערבֿ-אייראָפּע; די אַמאָליקע אָנשטענדיקע דאַמע האַלט איצט בײַם גטן זיך פֿון איר מוסולמענישן מאַן, און זיי זענען ביידע פֿאַרטאָן, ווי עס פֿירט זיך, אין באַשולדיקן איינער דעם אַנדערן: זי באַשולדיקט אים און זיך אויך, און ער, ווי אַ מוסולמענער וואָס מע האָט אים אָנגעפּאָמפּעט מיט דער מחשבֿה, אַז ער איז אַן אייביקער קרבן — באַשולדיקט זי.

און ווי מע זאָגט אין אַזוינע פֿאַלן: אפֿשר איז קיינער נישט שולדיק, זיי קאָנען פּשוט נישט לעבן בשלום. זיי ביידע געפֿינען זיך אין אַ קלעם: צי וועט מערבֿ-אייראָפּע אויפֿגעבן אָדער איגנאָרירן אייניקע פֿון אירע ליבעראַלע ווערטן און שטרעבונגען אָפּצוהיטן מענטשן-רעכט, כּדי צו באַקעמפֿן דעם אויפֿקומענדיקן טעראָר אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן? דאָס הייסט, פֿאַראייגענען די „שיטות‟ פֿון דעם מיטל-מיזרחדיקן „מוכאַבאַראַט‟. אָדער וועט זי זיך „שלאָגן מיטן קאָפּ אין דער וואַנט‟, אָנגיין ווײַטער מיט אירע ווערטן און ווערן אַ לײַכטער קרבן פֿאַרן בלוט-גיריקן טעראָר?

וואָס שייך די מוסולמענער, וויל זיך טאַקע וויסן: ווי ווײַט זענען זיי גרייט זיך אײַנצוגלידערן אין דער מערבֿדיקער וועלט? זיך בײַטן? ווי לאַנג וועלן זיי לאָזן די עקסטרעמיסטן פֿירן זיי אַלעמען אין דער ריכטונג פֿון צוזאַמענשטויס? און וואָס האָפֿן זיי צו קריגן דורך די שטענדיקע רײַבונגען?

עס שײַנט, אַז דער צוזאַמענשטויס איז אומפֿאַרמײַדלעך.