„עפֿן זיך, טױער, / נענטער זיך, שװעל, — / איך קום צו דיר װידער, / צימערל־צעל.‟ מיט די דאָזיקע שורות עפֿנט זיך ה. לײװיקס פּאָעטישער ציקל „לידער פֿון גן־עדן‟, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן צװישן 1932 און 1936 אין דענװער און ניו־יאָרק. װי אַ גרױסע צאָל אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע, האָט לײװיק געליטן אױף שװינדזוכט (טובערקולאָז). קײן עפֿעקטיװע רפֿאוה קעגן דעם דאָזיקן „װײַסן טױט‟ איז אין דער פֿאַר־אַנטיביאָטיק–תּקופֿה ניט געװען. אינעם בעסטן פֿאַל האָט מען געקענט אָפּשטעלן דעם פּראָצעס דורך פֿאַרשטאַרקן דעם אימוניטעט פֿונעם קראַנקן. צוליב דעם האָט מען אױפֿגעבױט אַ היפּשע צאָל סאַנאַטאָרישע אַנשטאַלטן אין שײנע באַרג־געגנטן, מיט פֿרישער לופֿט און אַ סך זון. אין אַזאַ מין סאַנאַטאָריע אין דענװער, קאָלאָראַדאָ, װאָס איז באַקאַנט געװאָרן לױטן נאָמען פֿון זײַן לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר ד״ר טשאַרלס (חײם) ספּיװאַק, האָט לײװיק פֿאַרבראַכט דרײַ יאָר, 1932–1935.
די טעמע — שװינדזוכט און ליטעראַטור — איז לעצטנס פּאָפּולער געװאָרן צװישן ייִדישע ליטעראַטור־היסטאָריקער. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר ערנסט ב. גילמאַן, „ייִדישע דיכטונג און דער טובערקולאָזער סאַנאַטאָריום, 1900–1970‟, איז אַ פֿרישער בײַטראָג אינעם װאַקסנדיקן קאָרפּוס פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג אױף דער גרענעץ פֿון ליטעראַטור און מעדיצין. דער מחבר האָט אַ פּערזענלעכע סיבה צו שרײַבן אַזאַ בוך — זײַן פֿאָטער איז געװען אַ מיטגליד פֿונעם ליטעראַרישן קרײַזל, װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַרום לײװיקן אינעם ספּיװאַק־סאַנאַטאָריום. אין זײַן בוך דערצײלט גילמאַן װעגן דרײַ באַרימטע ייִדישע דיכטער, װאָס זײַנען געװען פּאַציענטן אין טובערקולאָז־סאַנאַטאָריעס, און װעגן דער השפּעה פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג אױף זײער שאַפֿונג.
דער ערשטער העלד איז יהואָש, װאָס איז געקומען קײן דענװער אין 1899 און האָט געהאָלפֿן אױפֿצובױען די סאַמע באַרימטע ייִדישע סאַנאַטאָריע. דאָ האָט ער געשאַפֿן זײַן איבערזעצונג פֿון הענרי לאָנגפֿעלאָוס פּאָעמע „דאָס ליד פֿון הײַאַװאַטאַ‟ (1910). גילמאַן איז משער, אַז אײנע פֿון די סיבות, װאָס האָבן דערװעגט דעם ייִדישן דיכטער צו נעמען זיך צום איבערטײַטשן דעם אַמעריקאַנער אינדיאַנער עפּאָס, איז געװען זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט לעבעדיקע אינדיאַנער אין קאָלאָראַדאָ. די דאָזיקע אינדיאַנער זײַנען געװען ניט קײן העלדישע פֿיגורן פֿון פּאָפּולערע ראָמאַנען, נאָר פֿאַראָרעמטע רעשטן פֿון אַ פֿאָלק, װאָס מען האָט אַרױסגעטריבן פֿון זײער לאַנד, ענלעך צו די ייִדן. דורך „פֿאַרייִדישן‟ די עפּישע געשיכטע פֿון אינדיאַנער האָט יהואָש געשאַפֿן אַ פּאָעטיש „אױסגעטראַכט שײַכות‟ צװישן די צװײ פֿעלקער.
בעת יהואָשס כּוח־הדמיון איז אױפֿגעװעקט געװאָרן דורך דער מאָלערישער נאַטור און עקזאָטישער באַרג־לאַנדשאַפֿט פֿון קאָלאָראַדאָ, האָט לײװיקס דיכטערישע פֿאַנטאַזיע געאַרבעט אין דער היסטאָריש־פֿילאָסאָפֿישער ריכטונג. בײַ לײװיקן איז די סאַנאַטאָריע געװען אַ שװעל אינעם טױער צװישן לעבן און טױט. אין זײַנע לידער האָט ער געשטעלט די סאַמע „לעצטע פֿראַגעס‟ װעגן דעם זין פֿון מענטשלעכן קיום: „מיט װעמען צעשײדט זיך? / פֿון װעמען אַװעק?‟ אין דענװער האָט לײװיק אָנגעשריבן ניט נאָר פֿילאָסאָפֿישע ליריק, נאָר אױך עטלעכע פּאָעמעס, דורך װעלכע ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן דיכטערישן ייִחוס: „לידער פֿון אַבעלאַר צו העלאָיִז‟, „שפּינאָזע‟, און „די באַלאַדע פֿון דענװער סאַנאַטאָריום‟. זײַנע פֿאָרגײער זײַנען געװען באַרימטע און װײניק־באַקאַנטע װעלטלעכע קדושים, װאָס האָבן איבערגעטײַטשט זײערע פֿיזישע לײַדן אין דיכטונג. „אין דענװער ליגט דאָך דוד עדעלשטאַט! — / צו הײַנע און שפּינאָזע זײַן אַ דריטער / האָט װער שױן װען אַ זכיה שױן געהאַט?‟ — די דאָזיקע פֿראַגע זײַנע איז געװענדט צו דעם יונגן ייִדישן דיכטער נתן ניומאַן, דער העלד פֿון דער „באַלאַדע פֿון דענװער סאַנאַטאָריום‟, װאָס איז געשטאָרבן פֿון שװינדזוכט אין דענװער.
זײַן פּראָטאָטיפּ האָט געהײסן יונתן ניומאַן. די דאָזיקע פּערזענלעכקײט האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף לײװיקן. אין דער פּאָעמע װערט ער אַ סימבאָלישע פֿיגור פֿון אַ נײַעם ייִדישן קדוש. װי עס דערקלערט גילמאַן, האָט די קורצע לעבנס־געשיכטע פֿון „נתן ניומאַן‟ באַזאָרגט לײװיקן מיט אַ „בלױזן לײַװנט, װאָס דער דיכטער האָט געקאָנט אױספֿילן מיט פּרטים פֿון זײַן אײגענער מיטאָלאָגישער אױטאָביאָגראַפֿיע‟. דער יונג־געשטאָרבענער אומבאַקאַנטער דיכטער איז געװאָרן אַ גליד אין דער „װוּנדער־קײט‟, װאָס דער טױט האָט צוזאַמענגעפֿלאָכטן פֿון דיכטערישע גורלות. דער טױט־מאָטיװ פֿאַרנעמט אַ חשובֿ סימבאָליש אָרט אין לײװיקס שאַפֿונג, אָבער די דערפֿאַרונג פֿון דער דענװער–סאַנאַטאָריע האָט צוגעגעבן דער דאָזיקער טעמע אַ דירעקטע פּערזענלעכע שײַכותדיקײט.
די דריטע פֿיגור אין גילמאַנס בוך איז דער קאַנאַדער דיכטער שלום שטערן, װעלכער האָט געשילדערט זײַן דערפֿאַרונג אינעם ראָמאַן אין פֿערזן, „דאָס װײַסע הױז‟. דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן געװאָרן פֿערציק יאָר נאָך דעם, װי שטערן האָט פֿאַרלאָזט די „הר־סיני‟ סאַנאַטאָריע אין דרום־קװעבעק. להיפּוך צו די װערק פֿון יהואָש און לײװיק, איז „דאָס װײַסע הױז‟ אַ רעטראָספּעקטיװער קוק אױף אַ װיכטיקן פּעריאָד אין דעם מחברס לעבן, װאָס באַקענט דעם נײַעם דור לײענער מיט אַ װיכטיקן, אָבער פֿאַרגעסענעם מאָמענט אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם פֿראַנצױזישן טײל פֿון קאַנאַדע.
„דער ציל פֿונעם דאָזיקן בוך‟, זאָגט גילמאַן צום סוף פֿון זײַן שטודיע, „איז געװען צו נוצן די סאַנאַטאָריע װי אַ שליסל צו די דיכטערס קאַריערעס, און די דיכטער, װי אַ שליסל צו דער סאַנאַטאָריע‟. אַזאַ מין טאָפּלדיקער פֿאָקוס אױף די פּאָעטישע טעקסטן און מעדיציניש־היסטאָרישן מאַטעריאַל איז אַ חידוש פֿאַר דער ייִדישער קולטור־פֿאָרשונג, װאָס כּסדר גיט זי זיך אָפּ מיט אײגענע אינעװײניקע פּראָבלעמען. דאָס איז אַ ניצלעכער מוסטער פֿאַר װײַטערדיקע פֿאָרשונגען, װאָס װעלן אַנטפּלעקן שײַכותן צװישן ייִדיש און דער אַרומיקער װעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.