נישט לאַנג צוריק, האָט דער עסטרײַכישער רעזשיסאָר אַנדרעאַס זולצער איבערגעגעבן, אַז זײַן עקספּעדיציע האָט אַנטדעקט אַ געהיימע לאַבאָראַטאָריע, וווּ די נאַצי־וויסנשאַפֿטלער האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אָטאָם־באָמבע. אין דער פּרעסע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט נײַעס־אַרטיקלען וועגן דעם מיט די שרעקעדיקע סענסאַציאָנעלע אַדיעקטיוון „אַטאָמישער‟ און „נוקלעאַרער‟.
פֿאַר אַ סך מענטשן, אַסאָציִיִרן זיך די דאָזיקע ווערטער טאַקע מיט באָמבעס און אַנדערע סכּנותדיקע טעכנאָלאָגיעס. די באַקאַנטע מעדיצינישע פּראָצעדור MRI, וואָס דערמעגלעכט אַרײַנצוקוקן אין די אינערלעכע אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף, האָט לכתּחילה געהייסן NMR אָדער NMRI — „נוקלעאַרער מאַגנעטישער רעזאָנאַנס‟. שפּעטער האָט מען אָבער פֿאַרקירצט די ראָשי־תּיבֿות, כּדי די פּאַציענטן זאָלן זיך נישט איבערשרעקן.
דעם עצם־עפֿעקט פֿונעם נוקלעאַרן מאַגנעטישן רעזאָנאַנס האָט אינעם יאָר 1938 באַשריבן דער אַמעריקאַנער פֿיזיקער איסידאָר־יצחק רבי, אַ געבוירענער אינעם באַקאַנטן גאַליציאַנער שטעטל רימענעוו, דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע. שפּעטער האָט זײַן טראַדיציאָנעלע ייִדישע משפּחה זיך באַזעצט אינעם נידער־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. דער דאָזיקער פֿיזיקער איז געווען איינער פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה; די בכּבֿודיקע פּרעמיע האָט ער באַקומען אין 1944.
רבי האָט דורכגעפֿירט זײַן פֿאָרשונג אויפֿן סמך פֿון צוויי דײַטשישע וויסנשאַפֿטלער, אָטאָ שטערן און וואַלטער גערלאַך, ווי אַ המשך פֿון זייערע פֿריִערדיקע עקספּערימענטן פֿון 1922. שטערן האָט געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע אינעם יאָר 1943. זײַענדיק אַ ייִד, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין אַמעריקע. ווען מע האָט צוגעטיילט דעם גרויסן פּריז, האָט זײַן קאָלעגע, גערלאַך, ווײַטער געפֿירט פֿאָרשונגען אינעם „דריטן רײַך‟.
אין די 1960ער און 1970ער יאָרן האָבן די וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צוגעטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן אַרײַנקוקן אין דער אינערלעכער סטרוקטור פֿון אַן אָביעקט מיט דער הילף פֿונעם נוקלעאַרן רעזאָנאַנס־עפֿעקט. די טיפֿע פֿאַרבינדונגען צווישן דער דײַטשישער, אַמעריקאַנער און סאָוועטישער וויסנשאַפֿט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז אַ ברייטע טעמע, וואָס לייענט זיך ווי אַ שפּאַנענדיקער דעטעקטיוו מיט געהיימע לאַבאָראַטאָריעס און שפּיאָנען. די נוקלעאַרע מאַגנעטישע טאָמאָגראַפֿיע האָט אָבער גאָרנישט צו טאָן מיט די באָמבעס און סכּנותדיקע ראַדיאָ־אַקטיווע מאַטעריאַלן.
יעדער גשמיותדיקער חפֿץ, אַרײַנגערעכנט דעם מענטשלעכן גוף, באַשטייט פֿון אַטאָמען, יעדער אַטאָם — פֿונעם יאָדער און עלעקטראָנען, יעדער אַטאָמישער יאָדער — פֿון קלענערע טיילעכלעך, נוקלאָנען, און יעדער נוקלאָן — פֿון דרײַ קוואַרקן.
ווען די אַטאָמען געפֿינען זיך אין אַ שטאַרק מאַגטעניש פֿעלד, הייבן אָן זייערע יאָדערס „זיך דרייען‟ אין אַ געוויסער באַשטימטער ריכטונג. אויב מע „צעשאָקלט‟ זיי דערנאָך מיט ראַדיאָ־כוואַליעס פֿון אַ געוויסער רעזאָנאַנס־פֿרעקווענץ, לאָזן זיי אַרויס ראַדיאָ־סיגנאַלן. קורץ געזאָגט, ס׳ווערט אין דער מעדיצינישער טאָמאָגראַפֿיע אויסגענוצט דער פֿאַקט, וואָס אַ מענטש באַשטייט פֿון אַטאָמען, און יעדער אַטאָמישער יאָדער פֿירט זיך אויף ווי אַ פּיצל־קליינער מאַנגעט.
דאָס איז ווײַט נישט דער איינציקער בײַשפּיל, וואָס ווײַזט, אַז די אַסאָציאַציע פֿון אַטאָם־פֿיזיק מיטן שרעקלעכן געווער און סכּנותדיקע מאַטעריאַלן איז אַ פֿאַלשער סטערעאָטיפּ. אַדרבה, די לאַנגע געשיכטע פֿון אַטאָם־טעאָריע, ווי אַ טעאָרעטישע שיטה, איז אַ בײַשפּיל פֿון אַ 2,000־יאָריקן פֿרידלעכן קולטור־סינטעז.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ווערטער „אַטאָם‟ און „טאָמאָגראַפֿיע‟ שטאַמען פֿונעם זעלבן גריכישן שורש, וואָס מיינט „צעטיילן‟. דער גריכישער פֿילאָסאָף לעווקיפּ און זײַן תּלמיד דעמאָקריט האָבן מיט 2,400 יאָר צוריק אויסגעאַרבעט אַ טעאָריע, לויט וועלכער אַלץ אין דער וועלט באַשטייט פֿון קליינע עלעמענטן, וואָס מע קאָן זיי נישט צעטיילן אָדער צעברעכן. אַן ענלעכע שיטה איז געווען דעמאָלט אויך באַקאַנט אין אינדיע; אין דער קלאַסישער הינדו־פּאָעמע „בהאַגאַוואַד־גיטאַ‟ שטייט געשריבן, אַז דער געטלעכער כּוח איז „קלענער ווי אַן אַטאָם‟ — טיפֿער ווי גשמיות, אָבער קאָנטראָלירט יעדן פּרט פֿון דער מאַטעריע. אויף סאַנסקריט הייסט אַן אַטאָם „אַנאָר‟.
ביזן 17טן יאָרהונדערט, איז דער ענין פֿון אַטאָמען געבליבן בלויז אַ טעאָרעטישער געדאַנק, אָפֿט באַגלייט טאַקע מיט דיסקוסיעס וועגן השגחה־פּרטית און אַנדערע גײַסטיקע טעמעס. אַזעלכע באַרימטע וויסנשאַפֿטלער, ווי ניוטאָן און ראָבערט בויל, האָבן באַמערקט, אַז אויפֿן סמך פֿון פֿאַרשיידענע כעמישע און פֿיזישע עקספּערימענטן שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די גשמיותדיקע אָביעקטן באַשטייען פֿון קליינע יסודותדיקע קערפּערלעך.
ס׳איז פּאַראַדאָקסאַל, אַז ס׳איז מעגלעך הײַנט צו שאַפֿן אַ נוקלעאַרע באָמבע דווקא צוליב דעם, וואָס אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָט מען אַנטדעקט, אַז די אַטאָמען קומען, אין דער אמתן, דווקא אין סתּירה מיטן אַלטן גריכישן באַדײַט פֿונעם וואָרט. מע קאָן זיי יאָ בכּיוון צעטיילן און צעברעכן, אַרויסלאָזנדיק דערבײַ, אין געוויסע ספּעציפֿישע פֿאַלן, אַ ריזיקן סכום ענערגיע מיט אַ קאַטאַסטראָפֿישן אויפֿרײַס.
דער היסטאָרישער טערמין איז אָבער געבליבן. לויט דער הײַנטצײַטיקער פֿיזיק, באַשטייט די מאַטעריע טאַקע פֿון פֿונדאַמענטאַלע עלעמענטאַרע טיילעכלעך, וואָס צעשטערן און שאַפֿן קאָן מען יאָ, אָבער צעטיילן — נישט. יעדער אַטאָם און זײַן יאָדער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קאָמפּליצירטע סטרוקטור פֿון אַזעלכע עכטע „אַטאָמאַרע‟ עלעמענטן, ווי קוואַרקן און עלעקטראָנען. ביידע מינים טיילעכלעך ווערן באַטראַכט ווי עכט יסודותדיקע. אויף וויפֿל מע ווייסט, קאָן מען זיי נישט צעטיילן ווײַטער.
ווען האָט זיך די אַטאָם־פֿיזיק אַנטוויקלט אין איראַק און איראַן? אַזוי ווי אינעם דערמאָנטן פֿאַל פֿון מעדיצינישע מכשירים, לאָמיר פֿאַרגעסן די הײַנטצײַטיקע נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס. מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק איז אינעם דאָזיקן ראַיאָן אויפֿגעקומען די סעקטע פֿון קראָים — אַ גרופּע ייִדן, וואָס האָט אָפּגעלייקנט די תּורה־שבעל־פּה. די דאָזיקע חבֿרה האָט אָנגענומען ווי אַ וויכטיקן יסוד די אַטאָם־שיטה, וועלכע איז שוין דעמאָלט געווען פּאָפּולער צווישן די מוסולמענישע אַלכעמיקער, דאָקטוירים און פֿילאָסאָפֿן.
די אַראַבישע און פּערסישע חכמים זענען געווען באַקאַנט מיט דער פֿריִערדיקער טעאָריע פֿון די אוראַלטע גריכן און הינדוסן. אויפֿן סמך פֿון זייערע השערות האָבן זיי אויסגעאַרבעט אַן אייגענע אייגנאַרטיקע טעאָריע. אינעם 9טן יאָרהונדערט איז לעבן טעהעראַן געבוירן געוואָרן דער חכם און דאָקטער מוכאַמאַד ראַזי, וועלכער האָט אַ סך געשריבן וועגן אַטאָמען. דער דאָזיקער חכם איז באַקאַנט מיטן אַנטדעקן קעראָסין און דעם ריינעם דיסטילירטן 96־פּראָצענטיקן אַלקאָהאָל. דער סעדיה־גאָון, דער רמב״ם און אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון דער הויפּטשטראָמיקער רבנישער ייִדישקייט האָבן אָבער בפֿירוש אָפּגעלייקנט די אַטאָמישע שיטה און געגלייבט, אַז די גשמיותדיקע אָביעקטן קאָן מען צעטיילן אָן קיין סוף.
ווען צווישן די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער האָט זיך פֿאַרשפּרייט די אַטאָמישע טעאָריע אינעם הײַנטיקן זין פֿון וואָרט, און בפֿרט ווען זי איז באַשטעטיקט געוואָרן, האָבן אַ ריי ייִדישע דענקער ווײַטער באַטראַכט די דאָזיקע אַנטדעקונגען ווי אַ קוואַל פֿון מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען. לויט אַ באַקאַנטן קבלה־פּרינציפּ, באַשטייט אַלץ אויף דער וועלט פֿון אותיות, וואָס דינען ווי די עלעמענטאַרע יסודות פֿונעם וועזן. מע קאָן דערפֿון מאַכן דעם אויספֿיר, אַז די אַטאָמען זענען טאַקע די „אותיות‟ פֿונעם געטלעכן וועלט־באַשאַף.
איין באַקאַנטער מקובל, וועלכער האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט די וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען פֿון זײַן תּקופֿה, איז געווען רבי אליהו־פּינחס האָראָוויץ, דער מחבר פֿונעם „ספֿר־הברית‟, וווּ ער לאַכט אויס די „מאָנאַדאָלאָגיע‟ פֿון גאָטפֿריד לײַבניץ — אַ קלאַסישע פֿילאָסאָפֿישע שיטה פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, באַגרינדעט אויף דעמאָקריטס אַטאָמיזם. מיט צוויי דורות שפּעטער, אינעם יאָר 1864, האָט דער פּוילישער רבֿ ישׂראל יפֿה פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגע גאָר אינטערעסאַנטע הקדמה צום באַקאַנטן קבלה־ספֿר „שער השמים‟ פֿון אַבֿרהם אירירי. דער דאָזיקער רבֿ קאָמבינירט גאַנץ חידושדיק דאָס חב״ד־חסידות, לײַבניצס טעאָריע פֿון „מאָנאַדן‟, געדאַנקען פֿונעם משׂכּיל משה מענדעלסאָן און אַפֿילו, ווי עס זעט אויס, מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע אַלכעמיע. ווי אַ רעזולטאַט, פֿאָרמולירט ער אַן אייגענע רוחניותדיקע טעאָריע פֿון אַטאָמען.
הרבֿ יהושע־פֿאַלק וואָלפֿסאָן פֿון פֿאַלטיטשען, בעסאַראַביע, האָט אינעם יאָר 1889 אַרויסגעגעבן דעם ספֿר „פּליאות חכמה‟, וווּ ער קאָמבינירט עלעמענטן פֿון אַטאָמישער טעאָריע מיט דער קבלה־חכמה פֿון צירופֿי־אותיות. עס באַקומט זיך אַ שיטה, וואָס דערמאָנט די אוראַלטע אינדישע חכמים, וואָס פֿאַר זיי איז דער אַטאָמישער וועלט־באַנעם געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט לינגוויסטיק און יאָגע.
באַזונדערס אינטערעסאַנט איז „מפֿתּח הקבלה‟ פֿון הרבֿ זאבֿ־וואָלף טענענבוים. דער ספֿר, אַ יחיד־במינו, איז דערשינען אינעם יאָר 1922 אין לאָנדאָן. דער מחבר האָט געפּרוּווט צו באַווײַזן סיסטעמאַטיש, ווי אַזוי די מאָדערנע וויסנשאַפֿט שטימט מיט קבלה. טענענבוים האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגענע טערמינאָלאָגיע אויף לשון־קודש, וואָס ער באַגלייט צומאָל מיט ענגלישע און ייִדישע ווערטער: „משקל עצם פּרדי‟ איז דער טײַטש atomic weight אָדער „המשקל האַטאָמי‟ און „יסוד־המים‟ איז דאָס זעלביקע, ווי „הידראָגען‟.
עס באַקומט זיך, אַז די אַלטע מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישע פֿאָרשונגען וועגן אַטאָמען, אַרײַנגערעכנט קבלה־טעאָריעס מיט אַ ייִדישן טעם, האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט אין דער מאָדערנער תּקופֿה. צום באַדויערן, האָבן די שאַפֿער פֿון דער נײַ־אַנטדעקטער גאַנץ גשמיותדיקער דײַטשישער לאַבאָראַטאָריע טראַגיש איבערגעריסן די דאָזיקע גײַסטיקע זוכענישן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.