(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זעט איר, איין וואָרט וואָס נעמט זיך, ווײַזט אויס, נישט פֿון טערקיש איז „יאַרמלקע“. פֿון דעם וואָרט איז די אָנגענומענע עטימאָלאָגיע, אַז ס’איז אַרײַן אין מאַמע־לשון, דורך פּויליש, פֿון טערקישן jağmurluk ‘רעגן־מאַנטל’. איז דאָ נישט לאַנג געקומען אַ פֿאָרשער, באָהדאַן סטרומינסקי, און געטענהט, אַז דער מקור איז גאָר ס’לאַטײַנישע almunicum ‘גלחס היטל, יאַרמלקע’. ווייסט איר וואָס? דאָס לייגט זיך מיר אויפֿן שׂכל.
און דער פֿאָלקלאָר? קודם־כּל, איז אַ טערק אַ מעטאָנימיע פֿאַרן מוסולמענער, קען מען אים אויך אָנרופֿן „פֿעטער ישמעאל“; ער קען נישט קיין ייִדישע דינים, איז אַן עם־האָרץ „באַהאַוונט ווי אַ טערק אין רבנן־קדיש“; ער לאָזט זיך גרינג אָפּנאַרן, איז אַ יאָלד אַ „טערקישער פֿרײַער“; ער איז אַ גנבֿ, זאָגט מען „גנבֿישער טערק“; ער איז אַ בייזוויליקער, זאָגט מען „אָפּטאָן אויף טערקיש“ און „ס’איז אָנגעקומען מיט טערקישע ווערעם“; ער איז אַן אָרעמאַן, זאָגט מען „גאָלע ווי אַ טערק“; ער איז אַ כּעסן, זעט אויס איינער וואָס איז אין כּעס, „ווי דער טערקישער מלאך־המוות“; ער איז אַ הולטײַ, רופֿט מען עולם־הזה „דער טערקישער גן־עדן“; זײַן לשון, ווי געזאָגט, פֿאַרשטייט מען נישט, הייסט „רעד טערקיש!“ ‘טו וואָס דו ווילסט, ס’וועט גאָר נישט העלפֿן’.
אָבער טערקײַ איז אויך דער (אמתדיקער צי אויסגעטראַכטער) מקור פֿון עטלעכע ניצלעכע פּראָדוקטן: טערקישע ווייץ ‘קוקורוזע’, טערקישע בעבלעך, טערקישער פֿעפֿער, טערקישער טאַביק.
אין אונדזער פֿאָלקלאָר האָט אַ טערק נאָך איין גרויסע מעלה, וואָס ייִדן האָבן שוין לאַנג פֿאַרלוירן, מיטן חרם דרבנו גרשום: ער מעג האָבן מער ווי איין ווײַב. (די וואָס בײַם הײַנטיקן טאָג טענהן זיי, אַז האָמאָסעקסואַליסטן טאָרן נישט חתונה האָבן, ווײַל דער רבונו־של־עולם האָט אין חומש גוזר געווען, אַז חתונה האָבן מעגן בלויז איין מאַַנסביל מיט איין ווײַבספּאַרשוין האָבן, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, וויפֿל מענער אין חומש האָבן מער ווי איין ווײַב!)
ווי זאָגט דזשיגאַן נאָכן קריגן זיך מיט זײַן פֿרוי: „אַז כ’הער אירע טענות פֿאַרדריסט מיך גוט, וואָס כ’בין נישט קיין טערק. אַ טערק קען כאָטש האָבן פֿיר ווײַבער. אויב איינע טויג נישט, איז די צווייטע בעסער, די דריטע גוט, די פֿערטע נאָך בעסער. נו, גיי ווער אַ טערק, אַז כ’האָב נישט קיין כּוח צו זײַן קיין ייִד…“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.