(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער מצבֿ האָט זיך זייער שטאַרק געביטן מיט דער בילדונג. אין די 1930ער פֿלעגן אַ סך קינדער פֿאַרענדיקן זייער אויסשולונג, ווען זיי זײַנען געווען אין גאַנצן 14 יאָר אַלט, און בלויז יעדער פֿופֿציקסטער לאָנדאָנער, דער עיקר, מענער, פֿלעגן גיין זיך לערנען אין אוניווערסיטעטן. הײַנט לערנט זיך, אָדער האָט זיך געלערנט, אין אוניווערסיטעטן כּמעט יעדער צווייטער תּושבֿ פֿון דער שטאָט.
מיט אַ גוטער בילדונג איז גרינגער צו געפֿינען אַרבעט אין דער שטאָט, וווּ אינדוסטריע שפּילט הײַנט אַ נישטיקע ראָלע. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1939, האָט לאָנדאָן אָפּגעהיט בלויז אַ צענט־חלק פֿון דער אינדוסטריע, און דאָס איז געווען איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס די באַפֿעלקערונג איז קלענער געוואָרן. דער גאַנצער אַרבעטער־מאַרק האָט זיך איבערגעבויט אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער. זייער אַנטוויקלט זײַנען הײַנט די סעקטאָרן פֿון פֿינאַנצן און הויך־טעכנאָלאָגיע, טוריזם (אַ מיליאָן לײַט אַרבעטן אין האָטעלן און רעסטאָראַנען), מלוכישע אַנשטאַלטן וכ’.
ס’איז, בלי־ספֿק, אַ טײַערע שטאָט. מע פֿילט עס באַזונדערס שטאַרק, ווען מע קלײַבט זיך קויפֿן אַ דירה צי אַ הויז. אין 1939 האָט אַ דורכשניטלעך הויז געקאָסט אַרום דרײַ (אויך דורכשניטלעכע) יאָר־געהאַלטן. הײַנט איז עס בערך 16 יאָר־געהאַלטן. קיין חידוש ניט, אַז אַ היפּש ביסל מענטשן, וואָס אַרבעטן אין לאָנדאָן, וווינען מחוץ דער שטאָט, ווײַל דאָרטן קען מען געפֿינען אַ מער צוטריטלעכע וווינונג. אמת, דער טראַנספּאָרט איז שוין זייער טײַער אין ענגלאַנד, און ווערט אַלץ טײַערער. די פּרײַזן פֿון וווינונגען זײַנען הויך אויך צוליב די פֿילצאָליקע רײַכע אויסלענדער, בפֿרט פֿון די אַראַבישע לענדער, פֿון רוסלאַנד און כינע, וועלכע האָבן ליב צו וווינען אין לאָנדאָן.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז גאַנץ גרויס אין דער בריטישער הויפּטשטאָט. מע שאַצט אָפּ, אַז בערך 60 פּראָצענט בריטישע ייִדן וווינען אין לאָנדאָן. דאָס הייסט, אַז די רייד גייט וועגן 160—180 טויזנט נפֿשות. עס זײַנען דאָ געגנטן, וווּ ייִדן האָבן זיך באַזעצט זייער געדיכט — מיט שולן, כּשר־געשעפֿטן, עירובֿים וכ’. די סטאַטיסטיק זאָגט, אַז די באַציִונג צו ייִדן איז, אין אַלגעמיין, ניט קיין שלעכטע. אַ פֿרישער אויספֿרעג ווײַזט, אַז 83 פּראָצענט תּושבֿים פֿונעם לאַנד באַציִען זיך צו די ייִדן גוט; אָבער עס זײַנען דאָ ניט ווייניק אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, אַ פּנים, מצד די איבעריקע 17 פּראָצענט, און איצט, נאָך די געשעענישן אין פֿראַנקרײַך און אויף דעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט בכלל, זעט מען מער פּאָליציאַנטן אויף די גאַסן פֿון די „ייִדישע‟ געגנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.