ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)


קאַטרין העלערשטיינס נײַ בוך באַקומט אַ פּרעמיע

דאָס בוך „אַ פֿראַגע פֿון טראַ­די­ציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟
דאָס בוך „אַ פֿראַגע פֿון טראַ­די­ציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟

דער „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער‟ האָט אַנאָנסירט די געווינער פֿון זײַנע יערלעכע פּרעמיעס לכּבֿוד די בעסטע ביכער אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. צווישן די פֿאַרשידענע אויסצייכענונגען האָט ד׳׳ר קאַטרין העלערשטיין באַקומען די פּרעמיע א׳׳נ פֿון באַרבאַראַ דאָבקין, לכּבֿוד דעם בעסטן בוך אויפֿן געביט פֿון פֿרויען־שטודיעס, פֿאַר איר מאָנאָגראַפֿיע „אַ פֿראַגע פֿון טראַדיציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟. דאָס בוך, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג בײַם „סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט‟, פֿאָרשט אויס די ראָלעס, וואָס ייִדישע פּאָעטעסעס האָבן געשפּילט אינעם שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע ליטעראַרישע טראַדיציע.


קאָנצערט פֿון שׂרה מײַערסאָן און דזשעף וואַרשאַווער

דאָנערשטיק, דעם 29סטן יאַנואַר וועלן די חזנות־סטודענטן שׂרה מײַערסאָן און דזשעף וואַרשעווער פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט „׳קמץ א - אָ׳ - פֿון ייִדישלאַנד ביזן ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ אין ניו־יאָרק. דער קאָנצערט, פֿאָרגעשטעלט דורך דער חזנות־שול בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, וועט אויספֿאָרשן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער הײַנטיקער קלעזמער־וועלט און דער עגאַליטאַרער ייִדישקייט. דער קאָנצערט וועט אויך אַנטפּלעקן די פֿאַרבינדונגען צווישן פֿרומער ייִדישער מוזיק (מוזיק פֿון שיל, חזונות און חסידישע ניגונים), און ייִדישער קולטורעלער מוזיק (קלעזמער־מוזיק ווי אויך סעקולערע לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און דזשודעזמאָ). אויף דער פּיאַנע וועט זײ באַגלייטן דזשויס ראָזנצווײַג. די מוזיקער פּאַטריק פֿאַרעל (אַקאָרדעאָן), דבֿורה שטראַוס (פֿידל) און מײַקל ווינאָגראַד (קלאַרנעט) וועלן אויך אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם.

דער קאָנצערט הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער, בײַם „זאַל א׳׳נ פֿון פֿײַנבערג‟ בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ (3080 בראָדוויי). דער קאָנצערט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

ייִדישע ביכער בײַם „27סטן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים‟.

„די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין מדינת־ישׁראל וועט זיך באַטייליקן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען פֿונעם 8טן ביזן 12טן פֿעברואַר אין דער „התּחנה הראשונה‟. דער אַרײַנטריט צום פּרעסטיזשפֿולן יריד, וואָס קומט פֿאָר אַלע צוויי יאָרן, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

צווישן די ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און פֿילמען פֿון אַרום דער וועלט וועט מען אויך קענען קויפֿן פֿילמען, קאָמפּאַקט־דיסקן און ביכער, אַרויסגעגעבן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.